דרך עדותיך (דינאוו)
דרך עדותיך איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון זיין ספר בני יששכר.
דער מחבר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דובעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר דרך עדותיך איז נאך באקאנט: אגרא דפרקא, אגרא דכלה, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, מעין גנים, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ספר דרך עדותיך איז א פירוש אויף דעם ספר יהושע.
הסכמות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי מנחם מענדיל האגער זצ"ל, דער וויזשניצער רב, ח"י למב"י ה'תרל"ח
- רבי יקותיאל יהודה טייטלבויםזצ"ל, דער סיגעטער רב, א פרשת וארא ה'תרל"ט
- רבי יעקב שמשון האגער זצ"ל, דער קאסאווער רב
- רבי אליהו הורשאווסקי זצ"ל, דער רב אין דראהאביטש, ג' מטות ה'תרל"ז
- רבי צבי הערש אורנשטיין זצ"ל, דער לעמבערגער רב, ח"י למב"י
- רבי יצחק שמעלקיס זצ"ל, דער פרעמישלאער רב, י"ב טבת [1] ה'תרל"ח
- רבי מנחם מענדל פאנעט זצ"ל, דער דעעשער רב, מ' למב"י ה'תרל"ט
- רבי אריה ליב הלוי, פון מאשציסק
- רבי שמאול צבי ווייס פון מונקאטש
אויסגאבעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ספר דרך עדותיך איז געדרוקט געווארן צוזאמען מיט דעם ספר פירוש הר"א מגרמיזא מיט הגהות מהרצ"א.
- פרעמישלא תרמ"ח, ארויסגעגעבן דורך רבי משה שפירא א זון פון רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- בית עקד ספרים
- ↑ ומעשה ידינו כוננהו
ספרי בית דינאוו |
אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא |