מעין גנים
מַעיַן גנים איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל, רב אין דינאוו שפעטער באקאנט געווארן אויף דעם נאמען פון ספר דער בני יששכר
דער מחבר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי צבי אלימלך שפירא זצ"ל איז געבוירן אין יאר ה'תקמ"ג (אומגעפער), און איז נפטר געווארן י"ח טבת ה'תר"א. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי אלימלך פון ליזשענסק. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: דינאוו, ריבאטוטש, סטריזשעוו, לאנצהוט, קאלאמיי, האלאשיץ, בערטש, דזשילבערץ, דיבעצק, מונקאטש, נאכהער צוריק אין דינאוו.
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר מעין גנים איז נאך באקאנט: אגרא דפרקא, אגרא דכלה, אזהרות מהרצ"א, בני יששכר, ברכה משולשת, דברים נחמדים, דרך עדותיך, דרך פקודיך, הגהות והוספות מהרצ"א, הגהות מהרצ"א, הלכות ותקנות, והיה ברכה, חדושי בני יששכר, חדושי מהרצ"א, טעמי המצות, כלי הרואים, לקוטי מהרצ"א, מגיד תעלומה, נחל אמונים, סדר הקרבנות, רגל ישרה, ריח דודאים, תקנות תמכין דאורייתא.
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ספר מעין גנים האט דער מחבר געשריבן אלס פירוש ארום דעם ספר אור החיים פון רבי יוסף יעבץ, ווי ער ברענגט ארויס זיין שארפן קאמפף קעגען די אויפגעקלערטע ווינטן וואס האבן דעמאלס אנגעהויבן צו בלאזען און פארדרייען דאס ארגינעלע יידישקייט און זיין הייליקייט.
אויסגאבעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זאלקאווא תר"ח, ארויסגעגעבן דורך רבי שמואל שפירא פון פרעמישלא, דער יונגסטער זון פון מחבר.
- לעמבערג ה'תר"י, תרכ"ג, תרל"ד.
- פרעמישלא ה'תרמ"ג.
- לובלין ה'תרפ"ב.
אויסער די אויסגאבעס, איז דער ספר מעין גנים פארשידענע מאל ארויסגעגעבן געווארן, פאטאגראפירט פון אנדערע אויסגאבעס.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- בית עקד ספרים
ספרי בית דינאוו |
אגרא דכלה · אגרא דפרקא · אור למאיר · אזהרות מהרצ"א · בני יששכר · ברכה משולשת · דברים נחמדים · דרך עדותיך · דרך פקודיך · הגהות והוספות מהרצ"א · הגהות מהרצ"א · הלכות ותקנות · הנותן אמרי שפר · והיה ברכה · זכרון מאיר · חדושי בני יששכר · חדושי מהרצ"א · טעמי המצות · יודעי בינה · כלי הרואים · לקוטי מהרצ"א · מגיד תעלומה · מעין גנים · נחל אמונים · סדר הקרבנות · צבי לצדיק · צמח דוד · קרן ישועה · רגל ישרה · ריח דודאים · תקנות תמכין דאורייתא |