לדלג לתוכן

דער בעל שם טוב 1 (אלבאם)

פֿון װיקיפּעדיע

דער בעל שם טוב נומער 1 איז די 26סטע קאסעטע פון דעם באקאנטן זינגער יום טוב עהרליך, אין דער סעריע יידיש נחת.

די ניגונים פון יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלד'דיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח און אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעט מען נישט כמעט אין דער יידישער גאס, יעדעס ניגון וואס ער זינגט איז א אוצר, פיל מיט אינהאלט, און מיטן ריכטיגן כח פון ניגון ברענגט ער ארויס דעם אינעווייניגסטען כח הנפש אויף דער אויבערפלאך. און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערע חוש פון הומאר, און גאר זיסע געשמאקע ווערטליך, זיינע ניגונים און אלבאמען זענען נישט ליינגווייליג, נאר פארקערט מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, זיינע געזאנגע הייבן אויף דעם מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.


די לידער אינעם אלבאם:

  • זייט A

1 דער נייער וועג 'עס דערציילט וויאזוי מען האט געשיקט פון הימל דער בעל שם טוב ער זאל אויפהייבן כלל ישראל, ער לייגט אראפ ווי דער בעל שם טוב איז געגאנגען מיט התבודדות אין וואלד א שטיק צייט, די גאנצע בריאה האט זיך געפרייט צום צדיק, ער האט צוזאמעם גענומען צדיקים נסתרים און צדיקים נגלים, די תלמידים און צדיקים האבן געלערנט אנדערע און זיי האבן געלערנט נאך אנדערע ביז זיין וועג איז צוביסלעך געווארן באקאנט,

עבודת ה'

2 א באהעלפער

עס זינגט וויאזוי דער בעל שם טוב האט צוזאמענגענומען די קינדער פון אלע סארט היימען און זיי געברענגט אין חדר, עס פארציילט מיט זיי איינגענארטיקן געשמאק וויאזוי דער בעל שם טוב האט זיך אראפגעלאזט צו יעדן קינד באזונדער, צו זיינע ספעציעלע באדערפעניש, און אים געטראגן און געברענגט אין חדר און אין שוהל און אים געלערנט וויאזוי צו זיין א איד, ער פארטיגט יעדע שטיקל אזוי: 'עס איז א גליק און א פרייד, ווען א קינד אין חדר גייט, דער בעשעפער קוקט אויף אים, און פרייעט זיך שטארק מיט דעם'

3 א חיה פון וואלד

דער בעל דבר האט פארדראסן אז עס מאכט זיך אזא שיינע זאך מיטן בעל שם טוב און די קינדער וויאזוי ער נעמט זיי צוזאמן, זינגט ניגונים מיט זיי, הייבט זיי אין א העכערע אטמספערע, גייט מיט זיי אין שוהל, אין חדר, האט זיך א רשע א מכשף פארשטעלט ווי א בייזע חיה, אלע קינדער זענען אנטלויפן, יום טוב עהרליך זינגט: געוואלד געוואלד, געוואלד געוואלד, א חיה לויפט אין וואלד, געוואלד געוואלד ביי דעם גארטעל (פונעם בעל שם טוב) האלט, אבער די עלטערן האבן זיך דערשראקן און נישט געואלט מער שיקן זייערע קינדער, פארן בעל שם טוב האט דאס זייער פארדראסן, האט ער צוגעזאגט פאר די עלטערן נאך איין מאל גוט מיר אייערע קינדער איך זאג אייך צו עס וועט זיין גוט, דער בעל שם טוב האט זיך דערמאנט פון זיין טאטע'נס צוואה: פון קיינעם זאלסט זיך נישט שרעקן נאר פון בעשעפער אליין, און גייענעדיג נאנט צום וואלד איז דער חיה ווידער ארויס געקומען, דער בעל שם טוב איז צוגעלאפן מיט זיין שטעקן געגעבן א קלאפ אויף די שטערן פון די חיה און אים געהרג'ט, אויף מארגן האבן אלע געהערט אז דער נעבן וואלד ליגט דער נבילה פונעם א באקאנטער שונא ישראל א מכשף.

ער וועט שוין זיין גוט

4 די כתבים

די הייליגע כתבים וואס איז פיל געווען מיט סודות התורה איז געקומען און געוואנדערט צו אסאך באהלאטענע צדיקים, מען האט עס באהלאטן אין א שטיין און אין פארשידענע פלעצער, פון ר' אליהו בעל שם, צו ר' יואל בעל שם, צו ר' אדם בעל שם. און ער האט עס איבערגעגעבן דורך זיין זוהן צו ר' ישראל בעל שם.

5 פארשוואונדענער פלאץ

א הערליכע מעשה וואס עס האט באוויזן דער גרויסער צדיק ר' אדם בעל שם, ווען ער האט איינגעלאדענט דעם קעניג צו זיך אהיים, און וויאזוי ער האט אראפגעברענגט א פלאץ פון יענעם עק וועלט כדי דער קעניג מיט זיינע באגלייטער זאלן זיך קענען איינרישן ביי אים אויף א גרויסע סעודה. א שורה פון דעם ניגון: אביסעלע שפעטער, שטייט אין די בלעטער....

דער ניגון, און די ווערטער זענען אויף יום טוב עהרליכ'ס אייגענארטיגן סטיל. עס איז א אויסדערוועלטער, ריזין מייסטערווערג פון דעם זינגער יום טוב עהרליך, ווער עס הערט עס און לייגט צו געהערט קאפ ווערט דערשטוינט פון זיינע טאלאנטען.

6 שנת ת"ח

דער פזמון: געוואלד געוואלד א פחד א שרעק, אין יענע טעג, דאס אידישע פאלק האלט ביים עק....

עס דערציילט די שווערע טעג וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט אין די יארן פון די ביטערע גזירות שנת ת"ח ות"ט, ווען טויזענטער אידן זענען גע'הרג'ט געווארן מיט מיתות משונות, און דאס הארץ און נשמה פון כלל ישראל איז ליידער אוועקגעריסן געווארן, אסאך גדולי ישראל, לומדים רבנים, צדיקים עסקנים זענען געווארן גהרג'ט, און די פריצים האבן געוועלטיגט אויף יעדן, עס איז געווארן א צווישן שייד צוישן די פשוטע אידן און די לומדים אין די בתי מדרשים און די "קלויזן", פון איין זייט זענען די פשוטע אידן געווארן זייער פארגערבעט, אן קיין תורה און יראת שמים, אן קיין אמונה, אן קיין מענטשליכקייט, זיי זענען געווארן צוזאמען ווי די גוים זייערע שכנים, אבער די גוים זעלבסט האבן זיי געיאגט און געשלאגן ווייל זיי זענען אידן, פון די אנדערע זייט זענען געווען די לומדים און רבנים וואס זענען געזעסן אין בתי מדרשים און געלערנט און געדינט גאט ברוך הוא, אבער זענען געשטאנען הילפלאז און גארנישט געטוהן פאר זייערע פשוטע פארגרעבטע אידן וואס זענען געווארן אלץ שוואכער און שוואכער און דערווייטערט געווארן פון אלעס וואס האט צוטועהן מיט די תורה און אידישעקייט.

צו דעם אלעס איז צוגעקומען די צרה פון כת ש"ץ, וואס האט אוועקגעריסן אלע גוטע חלקים פון כלל ישראל און צום סוף זיי געמאכט פאר גוים, קריסטען, אבער מוסלעמענער.

פאר די אלע סיבות האט מען פון הימל באשלאסן אראפ צו שיקען דעם הייליגן בעל שם טוב ער זאל הייבן כלל ישראל און אין זיי אריין בלאזן א גייסט פון שטארקייט, הייליגקייט און צוגעבונדענקייט צו תורה אין גאט ברוך הוא.

7 דער צדיק אין צפת

עס הייבט אן: צוריק פיל יארן דארט, אין צפת אונטער דער שטאט, אין א שטיבל, אין א גריבל, געוואוינט א איד האט......

עס דערציילט וואס עס האט זיך געטון מיטן בעל שם נשמה אין א גלגול פאר אים, ער איז געווען אין א פשוטער איד פון צפת, ער האט געטון זייער גוטע מעשים אין טאג פון זיין בר מצוה, עס האט געמאכט אין הימל א רעש, אליהו הנביא איז צו אים געקומען און אים צוגעזאגט אלעס גוט'ס, ער וועט זיך באווייזען פאר אים, מיט דעם תנאי ער זאל אים זאגן וואס פאר א גוטע זאך ער האט געטועהן אין יענעם טאג אז גאט האט אזוי הנאה דערפון, דער איד אבער ענטפערט: איך וועל עס נישט זאגן פאר קיינעם, איך דארף נישט די זאלסט מיר העלפן, א גוטע זאך האב איך געטוהן בלויז פאר גאט און נישט פאר קיין צווייטן, אין הימל איז געווארן פון די ווערטער גאר א גרויסער רעש, עס איז געווען זייער וואונדערלאך צו זען וויאזוי אי פשוטער איד שרעקט זיך אפילו נישט פון אליהו הנביא, ער זאגט אים אפ, ווייל ער וויל זיינע מעשים טובים זאל זיין בלויז פאר גאט, האט מען אפגעמאכט אין הימל אז דערפאר זאל אליהו הנביא ציריק גיין צו אים און אים אויסלערנען אסאך סודות התורה ביז ער וועט אלעס קענען, אזוי איז טאקע געווען, אבער די וועלט האט נישט זוכה געווען צו זיין שיינקייט און צו זיינע מדריגות, דערפאר אצינד אז די וועלט האט געדארפט האבן א גרויסע צדיק וואס זאל רעטן כלל ישראל, האט ער זוכה זיין צו זיין דעם בעל שם טוב.


דער נסיון

וואנדער וועג

איבערן וואסער


יום טוב עהרליך'ס אלבאמען
נומער נאָמען נומער נאָמען נומער נאָמען
1 יידיש נחת 13 מידות 25 א שבת מיטן רבין
2 תורה 14 דיַ 26 דער בעל שם טוב 1
3 תשובה 15 שלא עשני גוי 27 דער בעל שם טוב 2
4 שמע בני 16 למנצח בנגינות 28 אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3)
5 אמעריטשקע 17 קול מבשר 29 שושנת יעקב
6 אמונה 18 מזמור לתודה 30 אשרינו 1
7 שבת 19 יציאת מצרים 1 31 אשרינו 2
8 לוקסוס 1 20 יציאת מצרים 2 32 הלל
9 לוקסוס 2 21 חסד 33 רננו צדיקים 1
10 חבלי משיח 1 22 אליהו הנביא 34 רננו צדיקים 2
11 חבלי משיח 2 23 דער סאטמארער רבי 1 35 מודה אני
12 שבחי ירושלים 24 דער סאטמארער רבי 2 36 בטחון