לדלג לתוכן

די (אלבאם)

פֿון װיקיפּעדיע

דַי איז דער 14טער אלבאם פון דעם באקאנטן זינגער יום טוב עהרליך, אין דער סעריע "יידיש נחת".

די ניגונים פון ר' יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלדיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח און אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעט מען נישט כמעט אין דער יידישער גאס, יעדע ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טייפס איז א אוצר, פיל מיט אינהאלט, און מיט דער ריכטיגער כח פון ניגון ברענגט ער ארויס דער אינעווייניגסטען כח הנפש אויף דער אויבערפלאך. און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערע חוש פון הומאר, און גאר זיסע געשמאקע ווערטליך, זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט ליינגווייליג, נאר פארקערט מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, זיינע טייפ'ס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.

דער אלבאם דערקלערט די שלעכטקייט פונעם דעמאקראטישן קולטור, ווי אויך פון אלע סארט גרופעס וואס זענען נישט מיט דער תורה ווי קאמוניזם רעליגיעזע גוים, ציונות, לעומת דער אידישער פרומער איידלען קולטור. עס פארציילט מיט א געשמאק דאס לעבן פון אידן אין דעם אידישן געגנט וויליאמסברוג, זייערע אפגעהיטנקייט, זייער צדקה וחסד ארגאניזאציעס, זייער גוטער חינוך, זייערע בתי מדרשים, זייער דערווייטערקייט פון דער נישט אידישער גאס.

די לידער אינעם אלבאם זענען:

  • זייט A
  1. צוויי פעסער - א משל פון בעל שם טוב.
  2. נשים צדקניות
  3. די וועלט און איד
  4. ביקור חולים - איבער די ארגאניזאציע תומכי חולים.
  5. ארבייט פארמיטלונג פאראיין - בריינגט ארויף אלערליי פרומע סארטן ארבעטן און שטעלעס.
  6. די וועלט און איד (ז)
  7. הצלה - איבער די ארגאניזאציע הצלה.
  • זייט B
  1. וועלט און איד (א-ג)
  2. שרה באוהל - די גרויסקייט פון די צניעות פון שרה אמנו
  3. אידישע באס
  4. וועלט און איד (ד-ה)
  5. שוהעלן
יום טוב עהרליך'ס אלבאמען
נומערנאָמעןנומערנאָמעןנומערנאָמען
1 יידיש נחת13 מידות25א שבת מיטן רבין
2 תורה14 דיַ26דער בעל שם טוב 1
3תשובה15שלא עשני גוי27דער בעל שם טוב 2
4שמע בני16 למנצח בנגינות28 אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3)
5אמעריטשקע17 קול מבשר29 שושנת יעקב
6אמונה18 מזמור לתודה30 אשרינו 1
7שבת19יציאת מצרים 131 אשרינו 2
8לוקסוס 120יציאת מצרים 232 הלל
9לוקסוס 221חסד33רננו צדיקים 1
10חבלי משיח 122אליהו הנביא34רננו צדיקים 2
11חבלי משיח 223דער סאטמארער רבי 135 מודה אני
12שבחי ירושלים24דער סאטמארער רבי 236 בטחון