לדלג לתוכן

יציאת מצרים 1 (אלבאם)

פֿון װיקיפּעדיע

יציאת מצרים 1 איז דער 19טער אלבאם (יידיש נחת) פון די 36 אלבאמען געשאפן דורך יום טוב עהרליך אינעם יאר ה'תשל"ח.

די צוויי אלבאמען אויף יציאת מצרים איז איינע פון הערליכסטע אויפטואונגען פון דעם זינגער יום טוב עהרליך.

ער זינגט זאכן וואס איז באקאנט פאר יעדן, יעדע קינד און חדר האט ער געהערט פון זיין רבי'ן און יעדע מיידל פון איר לערערין, ער פארציילט די מעשה פון די צען מכות, ווי אידן האבן שווער געארבייט, וויאזוי משה און אהרן האבן זיי ארויסגעצויגן פון מצרים מיטן געטליכן כח פון ה', אבער זיין סטיל, זיינע ניגונים, זיינע גראמן, זיינע ווערטליך, ווערן אזוי גוט ארויסגעברעגנט אז עס איז נישט צו ביישרייבן.

ער נעמט גאר באקאנטע זאכן, די א"ב פון יעדן איד, אמונה, יציאת מצרים, גלות גאולה, און ברענגט עס ארויס מיט געפיל און אינהאלט, וואס איז געוואלד'יג.

שטעלט צו וויאזוי די מצרים און אסאך אידן האבן געהאלטן אז עס עקסזיטירט נישט קיין געטליכקייט, נישט קיין העכערקייט, אלעס איז דורך נאטורליך, אפילו די מכות איז אויך נאטורליך יעדעס מאל האבן די מצרים געהאט א צווייטע סיבה פארוואס עס האט נישט געטויגט ביז היינט און פון היינט און ווייטער וועט אלעס זיין גוט, ביז צום סוף האט זיך יעדער איבערצייגט אז השי"ת פירט די וועלט.

פאלגנדיק איז די ליסטע פון לידער פונעם אלבאם:

  • גום יום טוב

אן אריינפיר פונעם יום טוב פסח, הייבט אהן מיט נוסח פון קידוש ותתן לנו ה' אלקינו וכו'.

  • ביים סנה

אין לאנד דארט פון די פיראמידן, מיט טויזנטער יארן צוריק, געוואוינט דארט דאס פאלק פון די אידן, מיט שלום און נחת און גליק

  • משה און אהרן

זיצט דער נייער קעניג פרעה אויף זיין הויכן טראן, און ארום אים די חרטומים זיצן אויבן אהן.

מכות דם

צפרדע

די פאליציי

  • מיין גלויבן

פארציילט וויאזוי פארבלאנדזשעטע אידן אין מצרים, וואס האבן פארגעסן אבער קיינמאל נישט געוואסט אז זיי שטאמן פון אידן, ווער זייערע עלטערן זענען געווען, געטליכקייט און השגחה, וויאזוי צוביסלעך זענען זיי דאס געוואר געווארן דורך די מכות.

א באריכט

כינים

ערוב

צווישן אידן

דבר

שחין

מעדיצין

יום טוב עהרליך'ס אלבאמען
נומער נאָמען נומער נאָמען נומער נאָמען
1 יידיש נחת 13 מידות 25 א שבת מיטן רבין
2 תורה 14 דיַ 26 דער בעל שם טוב 1
3 תשובה 15 שלא עשני גוי 27 דער בעל שם טוב 2
4 שמע בני 16 למנצח בנגינות 28 אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3)
5 אמעריטשקע 17 קול מבשר 29 שושנת יעקב
6 אמונה 18 מזמור לתודה 30 אשרינו 1
7 שבת 19 יציאת מצרים 1 31 אשרינו 2
8 לוקסוס 1 20 יציאת מצרים 2 32 הלל
9 לוקסוס 2 21 חסד 33 רננו צדיקים 1
10 חבלי משיח 1 22 אליהו הנביא 34 רננו צדיקים 2
11 חבלי משיח 2 23 דער סאטמארער רבי 1 35 מודה אני
12 שבחי ירושלים 24 דער סאטמארער רבי 2 36 בטחון