חבלי משיח 2 (אלבאם)
חבלי משיח - אין דער טאָג פֿון נקמה איז די 11טע פלאטע פון די 36 פלאטעס פון יום טוב הערליך. געשאפן אויף א פאטיפאן־פלאטע אינעם יאר ה'תשכ"ח.
די לידער־ליסטע פונעם טײפ (שאלפלאטע):
- יידיש סאמארקאנד - ”סאמעקאנדער יידן פארגעסן טאָר מען ניט, שטאלץ געטראגן זײער...”
- ער צולייגט דאס לעבן פון דעם ארימען לענדעל סאמרקאנד אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט קריג, און ווי אזוי מענטשן האבן דארט געלעבט, און פארטיגט, איך דאנק דיר טאטע ליבער פאטער. (דער ניגון ווערט איבערגעזונגען אויף טעיפ למנצח בנגינות אָן ווערטער).
- אַ חתונה - ”אַ אײנגעלױף, א טומל אױפן הױף, לױפן יידן דער אראפ און דער ארױף...”
- די דרײ און נײנציג קדושות - ”אױפן הימל פליען טױבען, קײנער װײס נאָר ניט פֿון װאַנען...”
- איך פאָר אַהײם - ”פױלן פױלן פױלן פױלן פױלן פױלן פױלן פױלן בּרוך השם געקומען שױן קײן פױלן, איך נעם די פּעק און וויל פון טריין אַראָפּ...”
אין יאהר תש"ע האט דער באקאנטער זינגער ירמיהו דמן ארויס געגעבן א אלבוים פון עטליכע ניגונים פון יום טוב עהרליך דערינטער אויך דער ניגון, אבער ער איז נישט ארגינאל ער זאגט נישט נאך יעדעס ווארט פון יום טוב עהרליך, ווי למשל ביי דעם ליד ווען ער פארציילט ער איז געקומען קיין ארץ ישראל, און די סיבה פארוואס ער איז אוועק געפארן, יום טוב עהרליך זאגט וויבאלד עס איז נישט געווען קיין געלד, און וויבאלד די פראפעסיע פון דאקטיריי איז נישט געווען גיט, ווי ער זאגט: און אויב ווערט איהר קראנק און איהר גייט אין א שפיטאל אריין וועט איהר שוין נישט ארויסקומען (אין זיינערצייט אין די פאך פון רפואה אין ישראל געווען שוואכער ווי אלע פארגערשניטענע שטעט, אנדערש ווי היינט וואס ארץ ישראל שטייט ב"ה גאנץ גיט אויף דעם געביט).
אבער ירמי' דמן האט אריין געלייגט דא א פראז אז די סיבה פאר וואס ער איז אוועק געפארן פון ארץ ישראל איז צוליב די טעראר פון אראבער.
- תחית המתים - ”אני מאמין, איך טו גלױבען, אמת, אמת, אַז דער באַשערטער פֿון...”
- אַ חלום - ”געזען האָב איך א חלום, װידער איז שלום, איך קער זיך אַהײם...”
- דער בריװ טרעגער - ”דער בריװ טרעגער האָט באַגעגנט מיר, און שמײכלען גענומען...”
- פֿרינזער עשאַלאָן - ”ערגעץ אױך די װעגען שטײן בלײבט מײַן װאָגען, פאָרט ...”
- דער ניגון זינגט איבער דער באקאנטער זינגער אברהם פריד אין זיינע טעיפס.
- דער טאָג פון נקמה - ”קומען װעט אַ טאָג אַ גרױסער, קומען װעט אַ טאָג אַ הײסער...”
- האָפּ-קאָזאַק - ”די נאַכט איז שױן אַװעקגעלאָפן, די חתונה איז שױן בײַם סוף...”
יום טוב עהרליך'ס אלבאמען | |||||
נומער | נאָמען | נומער | נאָמען | נומער | נאָמען |
---|---|---|---|---|---|
1 | יידיש נחת | 13 | מידות | 25 | א שבת מיטן רבין |
2 | תורה | 14 | דיַ | 26 | דער בעל שם טוב 1 |
3 | תשובה | 15 | שלא עשני גוי | 27 | דער בעל שם טוב 2 |
4 | שמע בני | 16 | למנצח בנגינות | 28 | אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3) |
5 | אמעריטשקע | 17 | קול מבשר | 29 | שושנת יעקב |
6 | אמונה | 18 | מזמור לתודה | 30 | אשרינו 1 |
7 | שבת | 19 | יציאת מצרים 1 | 31 | אשרינו 2 |
8 | לוקסוס 1 | 20 | יציאת מצרים 2 | 32 | הלל |
9 | לוקסוס 2 | 21 | חסד | 33 | רננו צדיקים 1 |
10 | חבלי משיח 1 | 22 | אליהו הנביא | 34 | רננו צדיקים 2 |
11 | חבלי משיח 2 | 23 | דער סאטמארער רבי 1 | 35 | מודה אני |
12 | שבחי ירושלים | 24 | דער סאטמארער רבי 2 | 36 | בטחון |