גלגול

פֿון װיקיפּעדיע

צו מיינט איר גלגול שלג?

גלגול איז א מיסטישער טערמין וואס אין פשוטן אפטייטש מיינט דאס דרייען און זיך קוילערן ווי א ראד. דאס שטאמט נאך פון די אייזן עפאכע וואס מ'האט געגלייבט אז דער מענטש וועט צוריק ווערן לעבעדיג אויף די וועלט נאך זיין טויט.

דער ציל אז דער נשמה זאל דא צוריק קומען אין א נייעם קערפער, איז געווענליך צו מתקן זיין זאכן וואס ער האט פארפאסט אדער שלעכט געטאן ביים ערשטן לעבן.

אידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען דא וואס זאגן איבער פון ר' אביגדור מילער אז ער זאל האבן געזאגט קלאר און דייטליך אז דאס איז בלויז א משל פון חז"ל, און מיינט פשוט צו רעדן צום מענטש אז זיינע מידות וואס מען איז מתקן איז נישט בלויז אויף איין לעבן פון 70 יאר אויף די וועלט נאר א אייביגער לעבן אפילו נאכן טויט, ווייל דאס לעבן אין די תורה ווערט נישט באטראכט בלויז אויף די וועלט נאר דאס איז בלויז די הקדמה און פארצימער לויט די מוסר טעזע. [פֿעלט אַ מקור].

רשעים ווערן מגולגל אין הונט; און צדיקים אין פיש.[פֿעלט אַ מקור]

אין סקווירא שטעטל האט א פיש געשעפט באמטער געזאגט אז ער האט געהערט א פיש רעדן מיט א מענטשליכע שטומע. [פֿעלט אַ מקור]

אידן גלייבען אז ווען עס גייט פאר א מענטש שלעכט אויף די וועלט, צו איז ער קראנק אדער אנדערע צרות, און ער איז נישט קיין זינדיגער קען דאס זיין אז זיין לעבן איז די נשמה פון א פריערדיגן מענטש וואס דארף דא צוריקומען האבן צרות פאר עפעס א תיקון. [פֿעלט אַ מקור]

רעפערעצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]