לדלג לתוכן

דער איד

פֿון װיקיפּעדיע
דער איד
Der Yid
www.deryid.org

דער איד איז אַ אידיש שפּראַכיקע סאַטמאַר-זאליס צייטונג, הויפטקווארטירט אין וויליאמסבורג.

דער איד איז אָריגינעל געגרינדעט דורך ר' אַהרן ראָזמאַרין ז"ל און סאַטמאַרער חסידים האָבן דאָס פון אים אפּגעקויפט אין תשט"ו.

אין די אָנהייב-יאָרן איז זי דערשינען איינמאָל אין צוויי וואָכן. שפּעטער האָט ר' חיים משה שטויבער זי ארויפֿגעאַרבעט ווי א צײטונג מיט אַלערליי וועלט נײעס, און אָנגעהויבן צו ערשײנען וועכנטליך.

דער ערשטער רעדאַקטאָר איז געווען דער דענקער און שריפטשטעלער ר' אוריאל צימער, ארויסגעבער פון א השקפה-ביכל קעגן ציוניזם.

שפּעטער האָט דער סאַטמאַרער רבי, ר' יואל טייטלבוים געשטעלט ר' בערל פרידמאן, זון פֿון ר' ליפא פרידמאן, אַלס רעדאַקטאָר.

דער איד איז יאָרנלאַנג געוואָרן געדרוקט דורך דײטש פּרינטינג, וואָס איז אָנגעפירט געוואָרן דורך ר' סענדער דייטש. ר' סענדער איז אויך געווען איר לאַנגיעריגער רעדאַקטאָר.

אין די אנהייב 80ער יאָרן האָט משה גבאי איבערגענומען דאָס גאַנצע ווירטשאַפט דערפון. ממילא דינט דאָס די אינטערעסן פֿון ר' זלמן לייב טייטלבוים אַנטקעגן ר' אהרן טייטלבוים, נאָכדעם וואָס דער איד האָט אים געבויט פֿאַר די פּאַרטיייִשע לייענער יאָרנלאִנג.

דער איד איז פֿאַר 40 יאָר געווען די איינציקע אידישע צײַטונג פֿאַר חרד'ישע איִדן אין אַמעריקע. אין 1986 האָט ר' אברהם פרידמאן, זון פון ליפא פרידמאן, איבערגעלאָזט דער איד און האָט זיך געעפנט אַן אייגענע צײטונג מיטן נאָמען די צייטונג.

און יאָר תש"ס, עטוואָס נאָך דער סאטמאר מחלוקת האָט אויסגעבראָכן, האָבן די אַהרונים געעפֿנט אן אייגענע צײַטונג דער בלאַט, אויפֿן זעלבן סאַטמאַרער אַנטי-ציוניסטישן סטיל ווי דער איד.

איר היינטיגער רעדאקטאר איז ר' אהרן פרידמאן אבער די עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך ר' משה לייב דייטש, ווי ער שרייבט די רעגלמעסיגע עדיטאריעלס צו ווי ער שפאסט און רייסט אראפ דעם סאטמארער רבי פון קרית יואל, ר' אהרן טייטלבוים, מיט זיינע חסידים.

פון אירע שרייבער איז ר' וואלף דייטש און זיין טאטע ר' שמואל אהרן דייטש וואס ער איז א זון פון איר לאנג יעריגער רעדאקטאר, ר' סענדער דייטש.

אויך לויפן וואכענטליך ארטיקלן פון דעם באקאנטן חרדישן שריפטשטעלער ר' הערשל פרידמאן וואס איז א ברודער פון איר רעדאקטאר ר' אהרן פריעדמאן, אונטערן פענע נאמען פ הירש און באבד און נאך נעמען.

דער איד אָפֿט האָט אַרטיקלען װאָס מאַכן װיצן פֿון אַלגעמײנע איִדן װאָס געהערן צו דער אגודה און ציוניסטישע קרייזן.


יידישע צייטונגען

אונזער טריבונע | אידישע טריבונע | בקהילה | גלאבס | די חרדישע וועלט | די צייטונג | דער איד | דער אלגעמיינער זשורנאל | דער בלאט | הארץ | המודיע | המבשר | זשערוסאלעם פאסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | ישראל היום | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | לעבנס פראגן | מעריב | מקור ראשון | פנים אל פנים | פנים חדשות | פארווארד | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | שלום