לעבנס פראגן
לעבּנס־פֿראַגן איז אַ ייִדישער קולטור-געזעלשאַפֿטלעכער זשורנאַל װאָס דערשיינט רעגולער יעדע צװײ חדשים. דער זשורנאַל װערט אַרויסגעגעבן דורך דעם "אַרבעטער-רינג" אין ישראל שוין דאָס 56-סטע יאָר. ער דערשײַנט װי אַ פֿילזײַטיקער קולטור-געזעלשאַפֿטלעכער מאַגאַזין און ברענגט אַרויס די אַקטועלע פּראָבלעמען, װאָס באַשעפֿטיקן דעם קולטורעלן און באַװוּסטזיניקן ייִדישן לייענער אין לאַנד און אין דער ייִדישער װעלט.
דער זשורנאַל איז געגרינדעט געװאָרן אין מײַ 1951 דורך אַ גרופּע בונדיסטן, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין לאַנד פֿון פֿריִער און אַזעלכע, װאָס זענען געקומען אַהער מיטן עליה-שטראָם פֿון אייראָפּע נאָכן חורבּן. דער גרינדער און ערשטער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל איז געװען יששכר (אָסקאַר) אײַכענבוים-אַרטוסקי(1971 - 1908), און דער פֿאַראַנטװאָרטלעכער רעדאַקטאָר איז געװען בּן-ציון ("בענצל")צאַלעװיטש (1883 - 1967), װעלכער איז געקומען קיין ארץ ישראל אין יאָר 1922. דער היינטיקער רעדאקטאר פון דער צייטונג איז הער יצחק לודען.
[באַאַרבעטן] דרויסנדיקע פארבינדונגען
| ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטונגען | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
אלע יידיש-שפראך וועב זייטלעך
יידישע וויקיפעדיע • אידישע וועלט • הייד פארק • תפוז יידיש • דער אלגעמיינער זשורנאל • פארווערטס • יוגנטרוף • לעבנס פראגן • יונג יידיש • מלחמה איבערלעבער • קאווע שטיבל