דער בלאט
פֿון װיקיפּעדיע
דער בלאט איז א סאטמארער צייטונג אויף יידיש געגרינדעט דורך די אַהרונים.
[באַאַרבעטן] די גרינדונג
נאכען נישט ווערן באשריבען אין דער איד האבן זיי דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי. און אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם דראסטישן שריט אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער גייסט און רעספעקט.
מיטן גרינדונג פון דער בלאט האט זיך שטארק געטוישט די וועלט פון יידישע צייטונגען.
זיי האבן געלייגט א דגוש צו באשרייבן און דעקן אלע שיכטן און קרייזן. זיי האבן אנגעהויבן צו חנפען און באשרייבן קליינע חסידות'ער און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר, און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע. - דוגמא: זיי האבן אנגעהויבן צו לייגן בילדער און דער איד האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ.
[באַאַרבעטן] אייגענטום
דער אייגענטימער פון דער בלאט איז א יונגערמאן אלימלך דייטש, פון די נאנטע מענטשן צום סאטמארער רבי'ן ר' אהרן טייטלבוים שליט"א .דער רעדאקטאר איז שמואל ווידער.
דער בלאט'ס אידילאגיע איז: ווי מער אינטערעסאנטער אןן ציענד, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט מוותר אויף קנאות, און אז נישט, כאטש צולייגען אביסל טועמיה מיט פעפער, - דוגמא: מציצה בפה האט זיך אסאך מאל געטראפֿן איהר פלאץ אויף די פֿאדערשטע זייטען {וואס פארשטייט זיך אז דער איד נישט מיט גרויס חשק האט געמוזט האלבוועגס נאכטאנצען} צוליייגט אז ס'האט זיך געדאכט ווי א ערוואקסענע מאגאזין, די געמישטע סווימינג פאָל באשריבען בכלומרשט אלץ "עטרת אברהם" און נאך. דראמאטישע פארזעצונגען טשיקאווע געשיכטעס און ווי מעהר אויפרייסעריש אלעס איז ערלויבט צו זאט מאכען די אויסגעהונגערטע יוגווארג
און מיט דעם איז עס אנדערש ווי אלע היינטיגע צייטונגען וואס די נייעס איז נאר א מיטל איינצוהאנדלען שטיצע פאר זייער באס אדער אידילאגיע ווען ס'איז נויטיג.
| יידישע צייטונגען | |
|---|---|
|
אונזער טריבונע | אידישע טריבונע | אלגעמיינער זשורנאל | בקהילה | גלאבס | די חרדישע וועלט | די צייטונג | דער איד | דער בלאט | הארץ | המודיע | המבשר | זשערוסאלעם פאסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | לעבנס פראגן | מעריב | מקור ראשון | פנים אל פנים | פנים חדשות | פארווארד | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | שלום |
|
| ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטונגען | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|