אברהם פרידמאן

פֿון װיקיפּעדיע

אברהם פרידמאן (אדער אַלבערט פֿרידמאַן) איז א שרייבער אויף יידיש. ער דער אייגנטומער פון ״די צייטונג״.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אברהם פרידמאן דער זון פון ר' ליפא פרידמאן און אן איידעם ביי הרב האלבערשטאם פון לאס אנזשעלעס (אן אייניקל פונעם דברי חיים פון צאנז).

ער איז א פראליפֿישער שרייבער, און ער פלעגט יארן ארבעטן פאר דער איד ביז איינמאל איז אים איינגעגעסן געווארן אז ער האט נישט געטארט שרייבן צופיל פאליטיק ווייל זיי האבן געוואלט זיין א פרומע צייטונג. האט ער געעפענט זיין אייגענע צייטונג די צייטונג.

ער איז נאענט מיט פאליטיקער און אזוי ארום ווייסט ער די גוטע קראנטע נייעס און פאליטיק.

ער איז א שטארקער דעמאקראט, האלטנדיג אז פאר אידישקייט צו בליען דארף מען ערשט און איבער אלעם היטן אויף דער וואנט וואס טיילט צווישן רעליגיע און רעגירונג.

ער וואוינט אין בארא פארק, ברוקלין.