עדה החרדית
די עדה החרדית איז אן ארגאניזאציע וואס נעמט אריין עטליכע חרדישע קהילות אין ארץ ישראל, וועלכע זענען אייגנארטיג אין זייער קעגנערשאפט צו ציוניזם און מיטארבעט מיט מדינת ישראל און אירע אינסטיטוציעס. פון אַן אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט, באַטראַכטן זיך די מיטגלידער פון דער עדה פאַר די נאכפאלגער פונעם אלטן יישוב אין לעבן א באזונדערע און פארמאכטע לעבנסשטייגער.
די עדה החרדית איז א קליינע מינדערהייט פון דעם גאנצן חרדישן ציבור. לויט אָפּשאַצונגען, איז די צאָל מיטגלידער פון דער עדה צווישן 15,000 און 40,000. זיי זענען בעיקר קאָנצענטרירט אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים און רמת בית שמש ב'.
די עדה איז אויך באקאנט מיט איר כשרות קערפערשאפט, "בד"ץ עדה חרדית", וואס איז די מערסט אנגעזעענע פריוואטע כשרות סיסטעם אין ישראל.
די עדה החרדית צייכט זיך אויס אין די דעמאָנסטראַציעס וואָס אירע מיטגלידער האַלטן, בפרט קעגן חילול שבת אין ירושלים און קעגן חילול קברים.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די עדה החרדית איז געגרינדעט געווארן אין ירושלים דורך די רבנים און גדולים פון שטאט, פאר איבער הונדערט יאר צוריק, בראש פון הרב יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל. דער ראב"ד איז היינט הרב משה שטערנבוך, דער יו"ר וועד הכשרות איז הרב נפתלי הלברשטאם און דער אלגעמיינער פארוואלטער איז גבריאל צבי פאפנהיים מנכ"ל וועד הכשרות.
איר ציל איז געווען צוזאם-צונעמען אלע קהלות אונטער איין הלכה'דיגער פירערשאפט און בעיקר צו זיך האלטן פעסט קעגן אלע מיני פירצות, וואס די פרייע גאס האט געשאפן. גלייך ביי איר גרינדונג איז אויפגעשטעלט געווארן דער ביד"ץ וועלכער האט געדינט די פרומע אשכנזים און ספרדים צוגלייך. בערך 25 יאר נאך איר גרינדונג האט זי אנגעהויבן צוצושטעלן כשר'ע מקוואות און געבן הכשרים אויף מאכלים וועלכער איז היינט די שטערקסטע השגחה ביים פרומען אידנטום, אויך פירן זיי אן מיט די הפגנה'ס קעגן די ציונים.
דער ערשטער גאב"ד פון דער עדה איז געווען הרב יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל וואס האט געהאלטן שטארקע דרשות מחזק צו זיין די עדה-נאכפאלגער. נאך אים איז געווען אב"ד הרב יוסף צבי דושינסקי.
שפעטער איז דער סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים, געווארן דער גאב"ד.
אין יאר ה'תשל"ט ווען דער סאטמארער רב איז אוועק, איז דער גאב״ד טיטל איבער געגאנגען צו הרב יצחק יעקב ווייס ז"ל מחבר פון שו"ת מנחת יצחק, צוליב זיינע פילע אויפגעכאפטע תשובות וואס ער האט געשריבן און איז צעשפרייט געווארן אין דער גאנצער וועלט.
אין יענער תקופה האט דער בעלזער רב ישכר דוב רוקח (דער צווייטער) געגרינדעט אן אייגענעם בי"ד און וועד הכשרות.
נאך דעם בעל מנחת יצחק איז געווארן גאב"ד פון עדה הרב משה אריה פריינד ז"ל וואס איז אויך געווען רב אין סאטמאר ביהמ"ד "אהל רחל" וואס געפינט זיך אויף רחוב יואל אין ירושלים. נאך אים איז געווען גאב"ד הרב ישראל משה דושינסקי, וואס איז אוועק אין יאר ה'תשס"ב, און נאך אים הרב יצחק טוביה ווייס (נפטר תשפ״ב).
צווישן דער הנהלה איז יארן געווען גרשון שטעמער און שלמה פאפנהיים. דער לאנגיעריגער סופר פונעם בית דין פון דער עדה איז געווען רבי מנחם דאווידאוויטש.
די הנהלה פון דער עדה החרדית פארמאגט 41 מיטגלידער
- דושינסקיא - 5
- תולדות אברהם יצחק - 5
- תולדות אהרן - 5
- סאטמאר מהרז"ל - 5
- ברסלב - 5
- סאטמאר מהר״א - 5
- קהילת הפרושים - 4
- משכנות הרועים - 2
- אנשי ירושלים - 1
- קהל חסידי ירושלים - 1
- קהל תפארת ירושלים - 2
- אנשי יישוב הישן - 1
רבנים פון דער עדה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- גאב"ד
- הרב יוסף חיים זאנענפעלד
- הרב יוסף צבי דושינסקיא
- הרב זעליג ראובן בענגיס
- הרב יואל טייטלבוים, סאטמארער רבי
- הרב יצחק יעקב ווייס
- הרב משה אריה פריינד
- הרב ישראל משה דושינסקיא
- הרב יצחק טוביה ווייס
- ראב"ד
- הרב משה נחום וואלנשטיין
- הרב מרדכי לייב רובין
- הרב זעליג ראובן בענגיס
- הרב פינחס עפשטיין
- הרב דוד יונגרייז
- הרב יצחק יעקב ווייס
- הרב משה אריה פריינד
- הרב ישראל משה דושינסקיא
- הרב ישראל יעקב פישער
- הרב משה שטערנבוך (היינטיגער)
- דיינים
- הרב מאיר בראנדסדארפער
- הרב משה האלבערשטאם
- הרב יעקב בלויא
היינטיגע חברי ביד"צ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרב אברהם יצחק אולמאן
- הרב יעקב מענדל יוראוויטש
- הרב חיים אורי פריינד
- הרב יהושע ראזנבערגער
- הרב יהודה פישער
די היינטיגע מורי הוראה פון דער עדה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרב משה זאקס
- הרב אברהם דוב ליטמאנאוויטש
- הרב משה ניישלאס
- הרב מענדל פוקס
- הרב משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים