מאנסי פלייש סקאנדאל
די מאנסי פלייש סקאנדאל האט פאסירט אין דער שטאט מאנסי, ניו יארק אין חודש אלול תשס"ו.
שבח פלייש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין הצלחה גראסערי אין מאנסי איז געווען א פלייש געשעפט ״שבח פֿלייש״ (Shevach Meat) וואס איז געווען אנגעפירט דורך משה פינקל וואס ער האט אפגעדינגען א פלאץ ביי הצלחה גראסערי דארט פארקויפן זיין פלייש/ שבח האט געקויפט פון אידישע שעכט הייזער ווי וויינלאנד פלייש, קרית יואל פלייש, און שבח האט דאס איבערגעפאקט ביי זיך אין געשעפט אין ארויפגעשריבן אויפן פעקל זיין אייגענעם לעבל און פון וואנעט קומט דאס פלייש.
אויך איז ער געווען זייער גרויס אין ברוטא ווייל רוב קעטערערס און שמחה זאלן אין מאנסי האבן געקויפט זיין פלייש ווייל ער האט געגעבן א ביליגע פרייז.
אזוי איז דאס אנגעגאנגען א שיינע פאר יאר.
משה פינקל איז געווען דער בעה"ב פון שבח פלייש ער איז א שטענדיגער מתפלל אין ביהמ"ד פון הרב זימערמאן, וואו ער האלט זיך פאר א שיינער איד וואס לערנט פאר דף היומי און איז א בעל תפילה ימים נוראים אויך איז ער א בארד מעמבער פון ישיבה ספרינג וואלי.
נאך דער מעשה פון דעם פלייש איז באוואוסט געווארן האט אים זיין ווייב אפגעגט.
השגחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער האט געהאט א אייגענע השגחה פון א רב הרב שלמה מרדכי ברעסלויער פון מאנסי, וואס פלעגט אריינקומען יעדע שטיק צייט, זיין משגיח איז געווען הרב שלמה אולמאן.
הרב ברעסלויער האט געהאט א שטארקע נאמנות אין משה פינקעל זייענדיג פארגלייבט אין זיין ערליכקייט צוליב זיינע שיעורים אין זיין דאווענען.
און נאך די שרעקליכע פאסירונג האט הרב ברעסלויער אויפגעהערט געבן הכשרים נאכדעם וואס עס איז ארויסגעקומען אזא מכשול דורך אים וואס א פרומער איד האט אים אזוי אפגענעהרט.
פארקויפט טריפה פלייש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זעענדיג אז אסאך קונטן פארלאזן זיך אויף אים בלינדערהייט און עס איז זיי נישט קיין חילוק פון וואנעט קומט דאס פלייש, האט ער אנגעהויבן צוביסלעך אריין ברענגען נישט גלאט פלייש און עס איבערפאקט און ארויפגעשריבן אויפן צעטיל כשר גלאט, און שפעטער האט ער שוין אריינגעברענגט טריפה פלייש און ארויפגעשריבן כשר!
זעענדיג אז די ביזנעס איז גוט, ווייל טריפה פלייש איז אסאך ביליגער ווי כשר׳ע פלייש און ער האט עס פארקויפט פאר די פרייז פון כשר פלייש, האט ער צוביסלעך אריינגעברענגט מער אין מער טריפה'נע פלייש אין געשארט אסאך געלט.
אויפדעקונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די לעצטע צייטן האבן אסאך פרויען באמערקט ווען זיי האבן געקאכט פלייש אדער געמאכט הינדל זופ אז דאס פלייש איז נישט געזאלצן אין ווען זיי האבן געפרעגט משה פינקעל וואס גייט פאר? האט ער געענטפערט אז קרית יואל פלייש האט געטוישט זייער זאלץ, אבער קיין איינער האט נישט געחלומט אז מען רעדט דא פון טריפה'נע פלייש!
לעצטנס האט ער זיך ציאמפערט מיט די קרית יואל'ע שחיטה וועגן געלט זאכן, האבן זיי אים אויפגעהערט צי שיקן פלייש אבער ער האט ווייטער פארקויפט טריפה פלייש אין געשריבן אויפן לעביל "כשר-קרית יואל".
איינע פון די בעל הבתים אין הצלחה האט אבער געכאפט א שמועס מיט זיינס א קרוב וואס ארבעט אין די קרית יואל שעכט הויז און דער פון קרית יואל פרעגט אים: פון ווי באקומט שבח מעיט זייער פלייש זייט אונז שיק מיר עם מער נישט? ענטפערט די בעה"ב פון הצלחה: וואס הייסט?! ער פארקויפט געהעריג ענקער פלייש!
האט מען אנגעהויבן צו שמעקן אז עפעס גייט דא פאר, זענען די צוויי געגאנגען אין געשעפט און באטראכט דאס פלייש, און דער פון קרית יואל רופט זיך גלייך אן דאס איז נישט אונזער פלייש!!.
האבן די אנפירערס פון הצלחה גראסערי אריבעגערופן אפאר שוחטים און דער בעל מכשיר מיט אינגעלייט און אויפגעבראכן די פריזער פון שבח מיעט און געטראפען דארט 15 באקסעס פון טריפה און נבילה פלייש וואס געווען גרייט איבערגעפאקט צו ווערן אלץ כשר פלייש רח"ל.
האבן די בעה"ב פון הצלחה גלייך גערופן די רבנים פרעגן וואס מען זאל טאן, די רבנים האבן גלייך געפסקנט אז דאס פלייש איז הונדערט פראצענט טריפה און יעדער וואס האט דאס פלייש דארף עס ארויסווארפן (וואס הצלחה גראסערי האט געגעבן א ריפאנד ווער עס האט צוריק געברענגט דאס פלייש) און יעדער מיז כשר'ן אין גליען די כלים און וואס מ'האט געניצט פאר דאס פלייש.
אידישע וועלט שאקירט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די אידישע וועלט איז מען שאקירט הערנדיג אזא שוידערליכע מעשה פון א איד וואס האט מכשיל געווען אידן מיט נבילות וטריפות, עס איז נאך נישט געווען אזא מעשה אין די היסטאריע פון כלל ישראל, מען האט שוין געהערט אז עמי הארצים און אומוויסענדע קצבים האבן מכשיל געווען אידען אבער אז א פרימע איד וואס לערנט פאר שיעורים דאווענט פארן עמוד קלאפט זיך על חטא זאל אזאנס אפטאן האט מען נאכנישט געהערט.
פסק פון די רבנים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויטן פסק פון די רבנים האט מען געדארפט כשר'ן אלע טעפ, עסצייג, געשיר, וואס מען האט געהאט א בארירונג מיט די טריפה'נע פלייש וואס מען האט געקויפט ביי שבח נישט קיין חילוק ווי לאנג צוריק ווייל זיי האלטען אז די שווינדל ציט זיך שוין יארן.
געוויסע געשיר האט מען געמוזט גענצליך ארויסווארפן ווייל מען קען דאס נישט כשר'ן אין אויך האט מען דאס נישט געמעגט פארקויפן ווי למשל אויף איבעי ווייל עס איז אסור בהנאה און עס איז פארלוירן געגאנגען אסאך אידיש געלט.
א פלאטע, קראַק פאַט, קען מען נישט גליען און מען האט עס געדארפט ארויסווארפן.
אויך האבן געוויסע מענטשן געדארפט טוישן די גאנצע קיך אויב עס איז געמאכט פון גראניט שטיין.
צייט פונעם סקאנדאל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין אנפאנג האט ער זיך נאר מודה געווען אז נאר אין די לעצטע צוויי טעג האט ער געמישט פלייש אבער אזוי ווי ער האט פארלוירן זיין נאמנות און נאכדעם וואס די רבנים האבן געזען אז זיינע חשבונות שטימען שוין נישט איבער פינף יאר האבן זיי געפסקנט אז אלע זיינע יארן זענען די הלכה ווי טריפה פלייש,
רעגירונג אויספארשונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די רעגירונג ניו יארק שטאַט אגריקולטור איז גלייך אראפגעקומען אין קאנפיסקירט פון זיין געשעפט 15 קעסטלעך פלייש און גענומען פאר אויספארשונג און טאקע פעסגעשטעלט אז דאס פלייש איז קיינמאל נישט געווען געזאלצן און איז אויך טריפה פלייש, און עס איז נאך אלץ אינטער אויספארשונג פון ווי ער האט גענומען דאס פלייש, און ווי לאנג עס האט אנגעהאלטן, און ווער עס האט אלץ אים צוגעהאלפן.