לדלג לתוכן

בריסל

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט פון בריסל. טאמער זוכט איר די ראיאן שטאט, זעט בריסל ראיאן.
בריסל שטאָט
Bruxelles-Ville
Brussel-Stad
מדינה / טעריטאָריע בעלגיע
קאָאָרדינאַטן 50°51′N 4°21′E / 50.850°N 4.350°E / 50.850; 4.350קאארדינאטן: 50°51′N 4°21′E / 50.850°N 4.350°E / 50.850; 4.350
בירגערמייסטער איוואן מאיער
שטח 32.61 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

166,497‏  (שטייענדיג 2013)
צײַט זאָנע UTC+1
www.brussels.be

בריסל שטאָט (האלענדיש: Brussel-Stad; פראַנצויזיש: Bruxelles-Ville; דײַטש: Brüssel) איז די הױפּטשטאָט פֿון בעלגיע, און פון פלאנדערן. די שטאט האט א שטח פון 32.61 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג פון דער שטאט איז געווען 144,784 אום 1טן יאנואר 2006.

זייטן סוף פונעם צווייטן וועלט קריג, איז בריסל געווארן א וויכטיגער צענטער פאר אינטערנאציאנעלער פאליטיק. די הויפט אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד געפינען זיך אין בריסל, ווי אויך די הויפטקווארטיר פון דער נארד אטלאנטיק אפמאך ארגאניזאציע (NATO). בריסל איז געווארן א פֿילשפראכיקע היים פון אסאך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס, פאליטיקער, דיפלאמאטן און ציוויל־דינער.[1]

בריסל איז דער גאסטגעבער פון די הויפט פאליטישע אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד.[2] דער אייראפעישער פארבאנד האט נישט קיין אפיציעלן הויפטשטאט, אבער דער אפמאך פון אמסטערדאם שענקט בריסל מיטן זיץ פון דער אייראפעאישע קאמיסיע.

בריסל שטאָט האט דריי הויפט באן סטאנציעס: בריסל מידי (די גרעסטע באן סטאנציע אין בעלגיע), צענטראל און צפון. צווישן מידי און צפון סטאנציעס פארן מער ווי 1,000 באנען יעדן טאג. בריסל מידי האט גיכע פארבינדונגען קיין לאנדאן דורכן קאנאל טונעל מיט אייראסטאר (1 שעה 51 מינוט); קיין אמסטערדאם מיטן Fyra; קיין אמסטערדאם, פאריז (1 שעה 25 מינוט) און קעלן מיטן Thalys; און קיין קעלן מיטן דייטשן צווישנשטעט עקספרעס.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בריסל
  1. BBC NEWS | Europe | Country profiles | Country profile: Belgium
  2. Demey, Thierry (2007). Brussels, capital of Europe, S. Strange (trans.), Brussels: Badeaux. ISBN 2-9600414-2-9.