איילת שקד
געבורט |
7 מאי 1976 (אלט 48) ז' אייר ה'תשל"ו תל אביב-יפו, ישראל | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||||||
לערנארט | תל אביבער אוניווערסיטעט | ||||||||
באשעפטיגונג | פאליטיקערין, עלעקטראטעכניקער און מארקעטינג | ||||||||
פארטיי | |||||||||
פראקציע | יידישע היים, נייע רעכטע, ימינה | ||||||||
מאן | אופיר שקד | ||||||||
| |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
| |||||||||
איילת שקד (אַיעלעט שאַקעד; געבוירן דעם 7טן מיי 1976, ז' אייר ה'תשל"ו) איז אן ישראלישער פאליטיקערין וואס פירט די נייע רעכטע פארטיי פון וואס איז זי א כנסת דעפוטאט. ביי די כנסת וואלן סעפטעמבער 2019 איז זי אויך געווען ביים שפיץ פון דער ימינה ליסטע. פריער האט זי געדינט ווי יוסטיץ מיניסטארקע. ביים סוף פונעם 20סטן כנסת האט זי מיט נפתלי בענעט זיך צעטיילט פון דער יידישע היים פראקציע דורך וועלכער זיי זענען געווילט געווארן, און זיי האבן אויפגעשטעלט די נייע רעכטע פארטיי. זייער ליסטע האט נישט דערגרייכט דעם מינימום צו ווערן דערוויילט צום 21סטן כנסת.
זי איז א ווייכווארג אינזשענירקע.
ביאגרפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געבוירן איילת בן שאול אין תל אביב. זי האט אײן ברודער. איר מוטער, אַראַלה, איז געווען אַ ביבל-לערערין, און איז געשטאָרבן ווען שקד איז געווען 23. שקד און איר משפּחה זענען וועלטלעכע.
זי איז א קינד פון איר מוטערס זייט פון די פאמיליעס וואס זענען עלה קיין ארץ ישראל אין די טעג פון דער ערשטער עלייה: די מוטערס מוטער, בתיה נדיבי, איז געווען די טאכטער פון אשר בונשטיין און רחל; אשר בונשטיין, שקד'ס עלטער-זיידע, איז דער זון פון מרדכי בונשטיין, וועלכער איז עלה קיין ארץ ישראל אין 1874, האט זיך באזעצט אין ראש פינה, דערנאך אין טאנטורה, און ענדליך באזעצט אין זכרון יעקב; באבע - איז געווען די טאכטער פון אברהם זאב גאלדשטיין און עדלה לבית הפלר, איינער פון די גרינדער פון מושב זכרון יעקב. שקדס פאטער מנשה בן שאול איז געבוירן געווארן אין טעהראן און שפעטער עולה געווען פון איראק און איז א בוכהאלטער און ביזנעסמאן.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איילת שקד חתונה געהאט מיט אופיר שקד, א געוועזענער קיבוצניק, א בירגער וואס ארבעט פאר צה"ל, אן אינסטרוקטאר אין א פלי-קורס פון צה"ל און אן F-16 קאמף פליאט ביז 2018, און זיי האבן א זון און א טאכטער. וואוינט אין רמת החייל אין תל אביב.
יצחק גרינבוים • חיים משה שפירא • ישראל רוקח • ישראל בר-יהודה • גאלדע מאיר • יוסף בורג • שלמה הלל • יוסף בורג • שמעון פרס • יצחק חיים פרץ • יצחק שמיר • אריה דרעי • יצחק ראבין • עוזי ברעם • דוד ליבאי • אהוד ברק • חיים רמון • אליהו סויסה • נתן שאראנסקי • אלי ישי • אריאל שרון • אברהם פורז • אופיר פינס-פז • רוני בר-און • מאיר שטרית • גדעון סער • גלעד ערדאן • סילוואן שלום • אריה דרעי • איילת שקד | |