שלמה טייטלבוים
מראה
רבי שלמה טייטלבוים הי"ד (ג' אלול ה'תרל"ה - ב' אלול ה'תש"ב), ראש בית דין אין ריגליץ.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלמה איז געבוירן צו זיין פאטער הרב ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלמה איז געווען ראש בית דין אין ריגליץ, ער האט אנגעפירט דעם בעשטער שטיבל אין גארליץ.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלמה איז אוועק געפירט געווארן מיט דעם צווייטן טראנספארט ב' אלול ה'תש"ב הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שלמה האט געהייראט מרת חיה חשא, א טאכטער פון הרב משה יהודה ליב שפירא, רב אין סטריזשעוו. זייערע קינדער:
- הרב חיים אלעזר טייטלבוים (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), דיין אין טעשנאד און גרויסווארדיין. ער האט געהייראט מרת ריקל הי"ד, א טאכטער פון זיין פעטער הרב רפאל גראס רב אין בערבעשט. זייערע קינדער:
- מרת פרימא רבקה, די ווייב פון הרב אברהם חיים ריינמאן הי"ד (ה'תר"ן (אומגעפער) - י"ח טבת ה'תש"א), רב אין קרעטשניף.
- הרב שמואל טייטלבוים (דער צווייטער) הי"ד (ה'תר"ע (אומגעפער) - ד' אלול ה'תש"ב), ראש ישיבה אין גארליץ. ער האט געהייראט מרת פעסיל הי"ד, א טאכטער פון הרב נפתלי חיים האלבערשטאם, א זון פון הרב אלישע האלבערשטאם, רב אין גארליץ.
- מרת רחל הי"ד, די ווייב פון הרב אהרן דעגען, פון גארליץ.
- הבתולה פעסיל הי"ד.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר