שלמה זאב צווייגענהאפט

פֿון װיקיפּעדיע
רבי שלמה וואלף צווייגנהאפט
רבי שלמה וואלף צווייגנהאפט, ראש השוחטים פון פוילן און רב פון האנאווער און נידערזאקסן
געבורט 2 נאוועמבער 1915
כ"ה חשון ה'תרע"ו
סאסנאווצע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 2 אויגוסט 2005 (אלט 89)
כ"ו תמוז ה'תשס"ה
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פוילן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב שלמה זאב "וואלף" צווייגנהאַפֿט[1] (כ"ה חשון ה'תרע"ו - כ"ו תמוז ה'תשס"ה) איז געווען ראש השוחטים פון פוילן ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה; נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה איז ער געווען רב פון האנאווער און פון נידערזאקסן. שפּעטער אין אמעריקע איז ער געווען א רב המכשיר און געווען גערעכנט ווי דער גרעסטער מומחה אין שחיטה.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אין סאסנאווצע, פוילן, אום כ"ה חשון ה'תרע"ו. זיין מוטער מיכלא, איז געווען די טאכטער פון דער גאון הרב מאיר דוד ריינהארץ, זון פון דעם יאנאווער (פויליש: Janów) רב – הרב אברהם זאב, און אן אייניקל פונעם פשעדבארזשער (פויליש: Przedbórz) רב - הרב שלמה – ווער איז געווען באקאנט אלץ "רבי שלמה עבד ה'", און זיין פאטער הרב משה חיים צווייגענהאפט איז געווען א תלמיד פון דעם אבני נזר און א שוחט אין סאסנאווצע. ווען הרב שלמה זאב צווייגענהאפט איז געווען בלויז צוויי יאר אלט איז זיין פאטער יונגערהייט אוועק און הרב שלמה זאב איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין זיידן הרב אפרים מרדכי מאטל צווייגענהאפט וועמענס משפחה האט זיך מייחס געווען צום ט"ז, און איז געווען שוחט און דומ"צ אין סאסנאווצע.[2]

שוין אלס קליין קינד האט זיך הרב שלמה זאב צווייגנהאפט שטארק אויסגעצייכענט מיט זיין לערנען, און ווען ער איז געווען צוועלף יאָר אַלט, איז ער אָנגענומען געווארן אין דער ישיבה פון אמסטאווער רב – הרב דוב בער איינהארן. די ישיבה אין אמסטאוו איז געווען פאררעכנט ווי איינער פון די בעסטע ישיבות אין פוילן און איז געווען באוואוסט אלס "אמת-טוב". ביי די פערצן יאר אלט האט הרב צווייגענהאפט שוין געוואוסט בעל פה גאנץ זבחים און מנחות גמרא מיט רש"י און תוספות.

נאך אמסטאוו איז הרב צווייגענהאפט אנגענומען געווארן אלס תלמיד פון "קיבוץ גבוה" פון ראדאמסק, וואס איז געווען פון די חשוב'סטע מקומות התורה, דארט איז ער געווארן א תלמיד פון הגאון הרב דוד משה ראבינאוויטש, דער איידעם פונעם ראדאמסקער רבי׳ן.

מוסמך פון דער קאזשיגלאווער רב - ראש ישיבה פון חכמי לובלין[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך א צייט אין "קיבוץ גבוה", איז הרב שלמה זאב געווארן א פערזענליכער תלמיד פון דער קאזשיגלאווער רב - הרב אריה צבי פראמער דער מחבר פון "שיח השדה" און "ארץ צבי", אלס יונגערמאן איז ער געווען דער ממלא מקום פון דער "אבני נזר" אלס ראש ישיבה פון סאכאטשאוו, און יארן שפעטער נאך דער פטירה פון הרב מאיר שפירא איז ער געווארן דער ראש ישיבה פון חכמי לובלין. נאך א פאר יאר פון לערנען ביים קאזשיגלאווער רב האט רב שלמה זאב צווייגענהאפט געקראגן סמיכה פון אים. דאס איז געווען אַ גרויסע זכות ווייל דער קאזשיגלאווער רב האט שטארק נישט גערן געגעבן סמיכה, אפילו נישט צו זיין אויסגעצייכענטע תלמידים, איבער די יארן, פון איבער טויזנט תלמידים, בלויז פינף תלמידים האבן זוכה געווען צו באקומען סמיכה פון אים.[3]

ראש השוחטים פון פוילן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב צוויגענהאפט איז אויפגעוואקסן אין א פאמיליע פון שוחטים, זיין פאטער, זיידע, און עלטער זיידע, זענען אלע געווען שוחטים און ער האט פון זיי מקבל געווען א מסורה אין שחיטה. ווען הרב צווייגענהאפט איז געווען בלויז א פערצן יאר אלט בחור און האט נאך געלערנט אין אמסטאוו, איז דער אמסטאווער רב א מאל גערופן געווארן ביי די שוחטים פון דער שטאט צו קומען און זאגן זיי ווי צו האנדלען מיט א שווערער קשיא אין שחיטה. ווי באלט דער אמסטאווער רב האט האט געהאלטן מיטן רעדן צו הרב שלמה זאב, האט ער געבעטן אז ער זאל אים באגלייטן צום שעכט-הויז, ווען די שוחטים האבן געוויזן זייער פראבלעם צום אמסטאווער רב, האט רב צווייגענהאפט גלייך אויפגעהויבן דאס חלף און האט זיי געוויזן ווי אזוי צו טאן די שחיטה און פון דעמאלט אן האט דער אמסטאווער רב געגעסן פלייש נאר ווען זיין תלמיד הרב צוויגנהאפט איז געווען דער שוחט. ווען דער אמסטאווער רב האט פארציילט צום רב פון פלאוונא (הרב יצחק מרדכי ראבינאוויטש) אז ער האט א פערצן יאר אלט בחור וואס קען מער וועגן שחיטה ווי אלע עלטערע שוחטים וועלכע ער האט געטראפן, האט דער פלאוונער רב געבעטן אז ער זאל שיקן רב צווייגנהאפט צו אים, און דער פלאוונער רב האט איבער געגעבן צו הרב צוויגענהאפט די מסורה אין שחיטה וואס ער האט געהאט פון זיין זיידע דער "תפארת שלמה" פון ראדאמסק. די דאזיקע מסורה איז ביים ראדאמסקער רבי - רבי שלמה חנוך ראבינאוויטש – געווען אזוי חשוב, אז ער האט נאר געגעסן פלייש נאר ווען ער איז געווען זיכער, אז רב צווייגענאפט איז געווען דער שוחט, און ווען דער מנחת אלעזר איז געקומן אין סאסנאווצע פאר א ראדומסקער שמחה האט ער זיך אויך אזוי געפירט.

ביי אכצן יאר אלט איז רב צווייגנהאפט שוין געווען דער שוחט פון ראדומסק, עלקוש, אמסטאוו, וואלבראם, און ראש השוחטים פון דער גרויסער שטאט סאסנאווצע, א ביסל שפעטער ווען דער ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא איז געגרינדעט געווארן דורך די גדולי הדור איז הרב צווייגענהאפט געווארן דער יונגסטער פון די זיבן ראשי השוחטים פון פוילן און ליטא.[4]

ראש השוחטים פון "בריטישע דייטשלאנד" (צפון מערב דייטשלאנד)[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער אפשלוס פון דער צווייטער וועלט מלחמה און זיין באפרייאונג אין בערגן-בעלזן, הרב צווייגענהאפט האט אויף זיך גענומען צו באנייען שחיטה אין דייטשלאנד, און אין י"ב אלול ה'תש"ה מיט א חלף וואס ער האט גענומען פֿון א מוזעאום אין האמבורג האט ער געמאכט די ערשטע כשר׳ע שחיטה אין דייטשלאנד נאך צוועלף יאר שחיטה פארבאט,[5] דערנאך איז ער באשטימט געווארן דורך די רבנים פון ענגלאנד צו זיין דער ראש השוחטים פון דעם גאנצן חלק פון דייטשלאנד וואס איז געווען אונטער די הערשן פון ענגלאנד (גאנץ צפון מערב דייטשלאנד) פון נאך די צווייטע וועלט מלחמה אין 1945 ביז 1949.

רב המכשיר פון בערגן-בעלזן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צוגאב צו זיין ראש השוחטים, האט מען באשטימט הרב צווייגענהאפט "רב המכשיר" פון די צווי גרויסע כשר'ע קיכן וואס האבן געפיטערט צענדליקער טויזנטער מענטשן אין בערגען-בעלזען יעדן טאג.[6]

וועד הרבנים פון "בריטיש דייטשלאנד" (צפון מערב דייטשלאנד)[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין סוף 1945 איז רב צוויגנהאפט געווארן איינער פון די רבנים פונעם ועד הרבנים פון "בריטישע דייטשלאנד" (וועד הרבנים דאזור הבריטני בגרמניה) וואס איז געווען געפירט דורכן יאסלער רב - הרב יואל היילפרין. וויבאלד אז הרב צווייגענהאפט אלץ ראש השוחטים האט געפלעגט כסדר ארומפארן ארום דייטשלאנד פאר אלע עניני שחיטה, האט דער וועד עם באשטימט צו זיין דער רב פון די אלע קהילות פארשפרייט אין צפון מערב דייטשלאנד וואס האבן נישט געהאט זייער אייגענעם רב.[7]

רב פון האנאווער און נידערזאקסן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די חדשים נאך ווען בערגן-בעלזן איז באפרייט געווארן, האָבן יידן אָנגעהויבן זיך אריבערציען צו פאַרשידענע שטעט אין דייטשלאנד. אין שפּעט 1945 איז דער יידישער קהילה אין האַנאָווער געווען גענוג גרויס פארן אייגענעם רב און הרב צווייגענהאפט האט רעקאמענדירט צו די רבנים פון ענגלאנד צו באשטימען זיין פריינד (און עתידיקע שוואגער) הרב חיים פנחס לובינסקי רב פון האנאווער (וואס איז געווען דעמאלט אונטער דער יוריסדיקציע פון בריטאניע), אבער מיט דער צייט איז די קהילה געוואקסן און געווארן צו פיל פאר איין רב צו האנדלען אליין און די קהילה האט געבּעטן רב צווייגנהאפט צו זיין דער צווייטער רב אין שטאט.[8][9] אין 1949 איז דייטשלאנד געווארן אומאפהענגיק פון בריטאניע און די אידישע קהילה פון האנאווער האט איצט געקענט אויסקלייבן זייער אייגענעם רב. די קהילה האט דאַן אָפיציעל באשטימט הרב צווייגענהאפט אלס דער איינציקער רב פון האנאווער. גלייך דערנאך האבן אנדערע קלענערע קהילות אויך באשטימט הרב צווייגנהאפט אלס זייער רב און ער איז געווארן רב פון דער גאנצער נידערזאקסן.[10]

פירער פון אגודת ישראל אין דייטשלאנד[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב שלמה זאב צווייגענהאפט (אין צענטער) אויף א באזוך אין פאפענדארף קעמפ, רעדנדיג מיטן קאפיטאן יצחק (אייק) אהרונאוויטש (לינקס) וועגן די געוועזענע פאסאזשירן פון די עקסאדוס

הרב צווייגענהאפט האט געפירט אגודת ישראל אינעם חלק פון דייטשלאנד אונטער דער יוריסדיקציע פון ענגלאנד צוזאמען מיטן צעלער רב, הרב ישראל משה אלעווסקי, און אפרים לונדונער.[11] אזוי אויך האט הרב צווייגענהאפט געארבעט צו העלפן די יידן אין דייטשלאנד מיט אלע זייערע נויטן און פראבלעמען. אין דערצו, ער האט געשיקט הילף פאר די פּאסאזשי'רן פון די בארימטע שיף די עקסאדוס.[12]

רב המכשיר אין אמעריקע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1952 הרב אליעזר סילווער האט פארבעטן הרב צווייגענהאפט צו קומען צו סינסינאטי אהאיא וואו ער האט אים באשטימט אלס דער ראש השוחטים פון די צוויי שעכטהייזער וואס זענען דארטן געווען.

אין 1953 איז ער געקומען וווינען אין ניו יאָרק און ווען ער האט זיך באקענט מיט דעם שלעכטער מצב הכשרות פון דער שחיטה אין ניו יארק איז ער ממש דערשיטערט געווארן. די ערנסטע גדןלי רבנים אינרעסטירט אין פארלעסליכער שחיטה, האבן זיך דערקענט אויף הרב צווייגענהאפט'ס מומחיות און פארלעסליכקייט און אים באשטימט אלס רב המכשיר פון א צאל שעכט הייזער, אן איבעראל דארט וואו די שחיטה איז געווען אונטער זיין השגחה, איז געקומען צו א מהפיכה ממש, הרב צווייגענהאפט האט שטרענג באשטימט נאר קוואליפיצירטע און באגלויבטע שוחטים, און וואו סאיז נויטיק געווען האט ער איינגעפירט שטרענגערע תקנות און תיקונים, אז דאס כשרות זאל זיין אויסגעצייכנט, די תיקונים זענענן מיט דער צייט אנגענומען געווארן אויך אין אנדערע שעכט הייזער, און מיט דער צייט איבער אים איז די כשרות פון שחיטה אין אמריקע געווארן א סאך בעסער.[13]


הרב צווייגענהאפט איז געווען באטראכט ווי דער גרעסטער מומחה אין ענינים פון שחיטה און מען האט אים פארבעטן דורכצוקוקן שעכט-הייזער איבער דער גאנצער וועלט אז ער זאל זיי קענענן זאגן ווי אזוי זיי קענען עס פארבעסערן, און אזוי אויך האט מען אים פארבעטן צו געבן שיעורים אין הלכות שחיטה איבער די גאנצע וועלט, און איבער די יארן האט ער אויס געלערנט הונדערטער תלמידים צו ווערן שוחטים.[14]

הרב צווייגענהאפט איז נפטר געווארן אום כ"ו תמוז ה'תשס"ה און ער ליגט אויף הר הזיתים אין ירושלים.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. שלמה וואלף צווייגנהאפט ביי געני
  2. חידושי הגאון מסוסנוביץ - ספר בית שלמה דף 11
  3. המודיע (ענגליש) כ"ה תמוז תשע"א, קנין לשבת דף 11
  4. המודיע (ענגליש) ג' אב תשע"א, קנין לשבת דף 3
  5. הפרדס - No. 19 Vol. 7 1945 October
  6. מגדל דוד, מהדורת תשע"ה, תולדות המו"ל
  7. מגדל דוד, מהדורת תשע"ה, תולדות המו"ל
  8. המודיע (ענגליש) כ"ה תמוז תשע"א, קנין לשבת דף 11
  9. המודיע (העברעאיש) י' חשון תש"פ, תוספת לגליון דף 63
  10. דאס אידישע ווארט נומער 425 תשרי תשע"ב דף 47
  11. Bridge to a Bygone World by Shmuel Albert
  12. דאס אידישע ווארט נומער 425 תשרי תשע"ב דף 47
  13. דאס אידישע ווארט נומער 425 תשרי תשע"ב דף 48
  14. מגדל דוד, מהדורת תשע"ה, תולדות המו"ל