אליעזר סילווער

פֿון װיקיפּעדיע
אליעזר סילווער
געבורט 15 פעברואר 1882
כ"ו שבט ה'תרמ"ב
אבעל, ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 פעברואר 1968 (אלט 85)
ח' שבט ה'תשכ"ח
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב אליעזר סילווער (כ"ו שבט ה'תרמ"ב - ט' שבט ה'תשכ"ח[1]) איז געווען פרעזידענט פונעם אגודת הרבנים פון די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע און פון די וויכטיקסטע פירער פון אמעריקאנער יידנטום. ער האט עוסק געווען ראטעווען טויזנטער בייםצווייטן וועלט קריג און געהאלטן רבנות שטעלעס אין ניו יארק, פענסילוועניע, מאסאטשוסעטס און אהאיא.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' אליעזר איז געבוירן אין אבעל, קאוונער גובערניע, ליטע, א זון פון הרב בונם צמח סילווער [2] (תר"ד-תרע"ז) און זיין ווייב מלכה.

ער האט געלערנט אין דינאבורג, מיט הרב יוסף ראזין (דער "ראגאטשאווער") און באקומען היתר הוראה פון הרב חיים עוזר גראדזענסקי אין תרס"ו.

ער האט מחבר געווען דאס ספר ענפי ארז[2].

ער איז געווען דער ערשטער פרעזידענט פון אגודת ישראל אין אמעריקע.

דער צווייטער וועלט קריג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט אויפגעשטעלט די וועד הצלה צו העלפן יידן פליטים אין אייראפע.

און ווי פאשטענדליך איז ער געווען דער רוקן ביין פון דעם רבנים מארש אין וואשינגטאן שלש עשרה מדות תש"ד, צו ארויסברענגען דאס וויי געשריי פון דעם אמעריקאנעם אידנטוהם פארוואס עס ווערט גארנישט געטוען צו פארטיליגן דעם אוישוויץ מארד מאשין.

נאכן קריג האט ער באזוכט די טויזנטער איבערלעבער אין די־פי לאגערן אין דייטשלאנד און פוילן. איין מאל ווען ער האט געטיילט סידורים קומט צו אים א מענטש און זאגט:

"נאך אלץ וואס איך האב געזען אין לאגער, וויל איך גארנישט מיט רעליגיע!"

פרעגט אים הרב סילווער וואס גענוי האט אים אוועקגעקערט פון יידישקייט.

איך האב געזען א ייד וואס האט געהאט א סידור, אבער דאווענען אין סידור האט ער געלאזט נאר דער וואס האט אים געגעבן דאס ביסל ברויט וואס ער האט באקומען פארן טאג. שטעל זיך פאר," שעפט ער, "א ייד וואס פארקויפט דאס רעכט צו דאווענען פאר ברויט!"

"און וויפיל קונדן האט יענער געהאט?" טוט רב סילווער א פרעג.

"צופיל!" ענטפערט ער מיט א קנאק.

רב סילווער האט געלייגט זיין ארעם אויף יענעם און געגעבן צו פארשטיין. "דו קוקסט אויף איין שלעכטן ייד וואס האט פארקויפט דאס רעכט צו דאווענען? פארוואס קוקסט דו נישט אויף אזוי פיל גוטע יידן וואס האבן מוסר נפש געווען דאס עסן און געהונגערט כדי צו קענען דאווענען? אפשר דאס איז דעם מוסר השכל וואס דו דארפסט לערנען דערפון?"

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "Rabbi Eliezer Silver", The Blade (‏8טן פעברואר 1968), p. 39. דערגרייכט דעם ‏16טן יולי 2009. 
  2. a b סילווער, אליעזר (1960). ענפי ארז. ברוקלין, ניו יארק: Balshon. OCLC 233183667. דערגרייכט דעם 2009-07-16.