לדלג לתוכן

עקסאדוס

פֿון װיקיפּעדיע

צו מיינט איר ספר שמות?

עקסאדוס שיף אין 1947


עקסאדוס איז געווען די שיף וואס האט געפירט 4,554 אידן אין 1947 פון פראנקרייך קיין ארץ ישראל און די בריטישע רעגירונג האבן זיי צוריק געשיקט קיין אייראפע.

יצחק (אייק) אהרונאוויטש (ארן) איז געווען דער קאַפּיטאַן פון דער שיף.[1]

הרב שלמה זאב צווייגענהאפט (אין צענטער) אויף א באזוך אין פאפענדארף לאגער, רעדנדיג מיטן קאפיטאן יצחק (אייק) אהרונאוויטש (לינקס) וועגן די געוועזענע פאסאזשירן פון דער עקסאדוס שיף.

די בריטישע האבן איבערגענומען די שיף נעבן ארץ ישראל און האט זי געברענגט קיין חיפה. אין חיפה האבן די בריטישע געצווונגען די פּאַסאַזשירן צו גיין אויף אנדערע שיפן וואס האבן זיי גענומען צוריק קיין פראנקרייך. די פּאַסאַזשירן האבן אפגעזאגט אַראָפּ צו גיין פון די שיפן אין פֿראַנקרייַך און נאָך עטלעכע וואָכן האבן די בריטישע געבראכט די שיפן אין האַמבורג וואָס איז געווען אונטער בריטישער יוריסדיקציע.[2] דארט האבן די ענגלענדער זיי געצווונגען פון די שיפן און געבראכט די פּאַסאַזשירן צום "פאפנדארף" לאגער און דעם "אם שטוי" לאגער וואס זענען געווען אין דעם טייל פון דייטשלאנד וואָס איז געווען אונטער בריטישער יוריסדיקציע.[3]

די שיף הייסט נאך ספר שמות. וואן עס ווערט כארנאקאלירט די שוועריגעקייטן פון די אידן אין ערשטן גלות מצרים.

דאס איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אין א ראמאן און דערנאך א דערפֿאלגרייכער היסטארישער פילם, מיטן זעלבן נאמען עקסאדוס. אבער יענע שיף האט זיי יא געברענגט קיין ארץ ישראל פון ציפערן.

  1. https://www.theguardian.com/theguardian/2009/dec/27/ike-aronowitz-obituary
  2. https://encyclopedia.ushmm.org/content/en/article/exodus-1947
  3. https://www.jewishvirtuallibrary.org/quot-exodus-1947-quot-illegal-immigration-ship