דאס אידישע ווארט
מראה
דאס אידישע ווארט איז געווען א חודש'ליכער, אידיש-שפראכיגער זשורנאל, ארויסגעגעבן דורך דער אמעריקאנער אגודת ישראל. דער רעדאקטאר און הויפט שרייבער איז געווען ר' יוסף פרידענזאן.
דער זשורנאל איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשי"ד (1954) דורך יוסף פרידנזאן; וועלכער האט געדינט אלס רעדאקטער פאר בערך זעכציג יאר.
דער זשורנאל האט געדינט ווי דער שופר פון אגודת ישראל אין אמעריקע. עס האט אנטהאלטן מאמרים פון ארטאדאקסישע רבנים און ראשי ישיבות, ביאגראפיעס און היסטאריע פון דער צווייטער וועלט מלחמה