ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער ועד ראשי השוחטים דמדינת פולין וליטא (וועד פון ראשי שוחטים אין פוילן און ליטא) איז געווען א ועד פון זיבן גרויסער תלמידי חכמים אין עניני הלכות שחיטה. דער ועד איז געגרינדעט געווארען אין 1936 דורך רבי אברהם מרדכי אלטער (גערער רבי), רבי חיים עוזר גראדזענסקי פון ווילנע, רבי שלמה חנוך ראבינאוויטש (ראדאמסקער רבי) און רבי דוד בארנשטיין (סאכאטשאווער רבי). דער צוועק פונעם וועד איז געווען איבערזיכט איבער די 3,500 שוחטים אין פוילן און ליטע.

דער ועד האט אויפגעהערט זייער תפקיד ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אנגעהויבן.