לדלג לתוכן

שושנת יעקב (אלבאם)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שושנת יעקב (טעיפ))

דער אלבאם שושנת יעקב איז א קאסעטע פון דעם באקאנטער זינגער יום טוב עהרליך, אין די סעריע יידיש נחת.

די ניגונים פון ר' יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלד'דיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח און אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין די יידישע גאס, יעדעס ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טייפס איז א אוצר, פיל מיט אינהאלט, און מיט דער ריכטיגער כח פון ניגון ברענגט ער ארויס דער אינעווייניגסטען כח הנפש אויף דער אויבערפלאך. און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערע חוש פון הומאר, און גאר זיסע געשמאקע ווערטליך, זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט ליינגווייליג, נאר פארקערט מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, זיינע טייפ'ס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.

יום טוב עהרליך איז געווען א געוואל'דיגער לעבעדיגער אידל, ער האט פארמאגט א גרויסער חוש צו מאכן ווערטליך, ספעציעל אלע זאכן וואס האט צוטוען מיט אידישקייט. אין דעם טעיפ לייגט ער אראפ אויף זיין שטייגער וויאזוי א איד איז שיכור און מאכט לעבעדיג. ער האט דאס געמאכט שוין אין זיינע עלטערע יאהרן, אבער מען דערקענט ער האט נאך אלץ נישט פארלוירן זיינע געלונגנע חושים און טאלאנטען.

אלע ניגונים און ווערטער פון דעם שושנת יעקב איז מיט ווערטליך און אונטערהאלטונגען לכבוד פורים, עס ברענגט שמחה און פרייד פארן הערער, צוזאמאנגעמישט מיט א חסידישן שטייגער ווי ער זעלבסט איז געווען. די לידער אינעם טייפ:

  • זייט A
    1 א גוטן פורים
    2 שמחה
    3 א קאלעקטער

פארציילט ווי אזוי קאלעקטער ליידט ווען ער שנארט און שאפט געלד פאר א געוויסן צוועק, ווי אזוי מען מאכן ליצנות און ווערטליך אויף זיין חשבון, און פאר וואס פורים וויל ער מען זאל זיך ספעציעל אנשטרעגען פאר זיינט וועגן.

    4 תענית אסתר
    5 שושנת יעקב (א - ו)
  • זייט B
    6 פורים רב
    7 די שיכור'ע דין תורה
    8 פורים תורה
    9 יראת שמים (א-יא)

פארציילט ווי א בעל תשובה פון א פארשטופטע שטעטל אין אמעריקא איז געגאנגען זיכן יראת שמים, ער איז אנגעקומען אין א קאנסערוואטיווע קהילה אין ניו יארק, און יעדער האט איהם געזאגט א אנדער פשט וואס יראת שמים מיינט, פון דער שמש, גבאי, פרעזידענט, ראביי, ביז ער האט זיך עס אויסגעלרענט אויף זיך זעלבסט.

    10 ניסים
יום טוב עהרליך'ס אלבאמען
נומער נאָמען נומער נאָמען נומער נאָמען
1 יידיש נחת 13 מידות 25 א שבת מיטן רבין
2 תורה 14 דיַ 26 דער בעל שם טוב 1
3 תשובה 15 שלא עשני גוי 27 דער בעל שם טוב 2
4 שמע בני 16 למנצח בנגינות 28 אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3)
5 אמעריטשקע 17 קול מבשר 29 שושנת יעקב
6 אמונה 18 מזמור לתודה 30 אשרינו 1
7 שבת 19 יציאת מצרים 1 31 אשרינו 2
8 לוקסוס 1 20 יציאת מצרים 2 32 הלל
9 לוקסוס 2 21 חסד 33 רננו צדיקים 1
10 חבלי משיח 1 22 אליהו הנביא 34 רננו צדיקים 2
11 חבלי משיח 2 23 דער סאטמארער רבי 1 35 מודה אני
12 שבחי ירושלים 24 דער סאטמארער רבי 2 36 בטחון