רעדן:ליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידיש
מראה
איך בעט מחילה. איך קלײַב אויס נאָר אַלע די לשון קודש ווערטער און פראַזעס וואָס איך דערזע אין מײַנע ייִדיש ביכער. אויב איר געפינט עפּעס וואָס איז אומפּאַסיג קענט איר דאָס אדרבא־ואדרבא באַזײַטיקן. איך טו זיך אָן אַ כוח, די רשימה כוללדיק צו מאַכן אַבער נאַטירלעך איז דער אַרטיקל אײַעריק און אַזוי אויך די ברירה.
JiaDeMei
- יעהדע לש"ק ווארט וואס וועהרט דערמאנט אין א יודיש-ביך, גייט איהר דא אויסרעכענען? ס'איז א בחינה פין ארוכה מארץ מידה. און בכלל: איז דען וויקיפעדיע א ווערטער-ביך? נייגעריגער (רעדן) 18:53, 9 יאַנואַר 2017 (UTC)
די ליסטע איז צו לאנג
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עמצער דארף צושטעלן א מוסטער צו באהאלטן די פולע ליסטע (אריינגערעכנט די אויסלייג-אויסשפראך אפטיילונג טאבעלע), ווייל זי מאכט דעם בלאט צו לאנג פאר עטלעכע לייענערס. איך קען נישט וועלכע מוסטער איז גוט פאר דאס, אבער ס'איז זייער וויכטיק אין א בלאט וואס איז אזוי לאנג. לאג ראיל (רעדן) 12:02, 17 יאַנואַר 2017 (UTC)
- איך מיין אז מזאל אריבערפיהרן די ליסטע צו וויקיווערטערבוך. דא האט עס נישט קײַן פשט, סאַי ווײַל סאיז נישט קײַן ווערטערביך און דא איז נישט דאס פלאץ זיך צו לעהרנען יודיש אדער פֿאָנעטיקס. (דאס איז אויסער די פילע גרײַזן און די פאקט וואס כמעט האלב יודיש באשטייט פין לשה"ק, מילא לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל אז ס'זאל ערשיינען אויף א וויקיפעדיע בלאט).
- אויב מ'וועט אזוי טיהן, בין איך גרייט צי העלפן פארבעסערן די ווערטער. נייגעריגער (רעדן) 05:26, 18 יאַנואַר 2017 (UTC)
- די ליסטע געהערט דא אין וויקיפעדיע, נישט אין וויקיווערטערבוך, נישט ערגער ווי די ליסטע פון יידיש ווערטער געניצט אין ענגליש ביי דער ענגליש-וויקיפעדיע. --פוילישער 12:53, 19 יאַנואַר 2017 (UTC)
- נאָך מײַן מיינונג קען אַ ליסטע פֿון אינפֿאָרמאַציע נישט צו לאַנג זײַן. מען קען דאָך גאַנץ גיך אַ ספּעציפֿישעס לש״ק וואָרט און זײַן אויסרעד אין דער ליסטע געפֿינען ווײַל די ווערטער זענען אַלע נאָכן אַלף־בית אויסגעסדרט. דער לעצטגילטיגער כיוון פֿון דער ליסטע איז נאָר זו העלפֿן די קינדער אָדער נײַע ייִדיש לערנער וואָס וויסן נישט דעם אויסרעד פֿון יעדעם לש״ק וואָרט אויף ייִדיש. אַז איר ווייסט שוין דעם אויסרעד פֿון אַלע לש״ק ווערטער אויף ייִדיש ברויכט איר דעם דאָזיגעם בלאַט נישט. אַ ווערטערבוך גיט די באַטײַטן פֿון ווערטער. די דאָזיגע ליסטע טוט דאָס נישט סײַדן אַ ייִדישער ווערב האַלט אַ לש״ק וואָרט ווי צום בײַשפּיל "אסרן" דאַן צעלייג איך דאָס לש״ק וואָרט אויף טעלערלעך. אַלע פֿאָרשלאָגן זענען מקבל־פּנים.
- אַ גוטן טאָג.
- JiaDeMei
- איך מיין אז ס'איז לעכערלעך צי פארגלייכן צי א ליסטע פין יודישע ווערטער אין עהנגליש. לש"ק איז אלעמאהל געוועהן אן אומאפטיילבארער חלק פין יעהדע יודישע שפראך. ס'ווענדט זעך אודאי ווי גרויסער יודע ספר מ'איז, אבער אהן דעהם איז קאַן "מאמע לשון" נישטא.
- איך טיה ווידערהאלן, וויקיפעדיע איז נישט געמאכט זיך צו לעהרנען יודיש. דערפאר האט עס טאקע אזא פנים. יעהדער וואס קען באמת יודיש ווייכט דערפין, און טיט דאס זאָגאַר גרינגשעצן וואל מענטשן וואס קענען נישט און פארשטייען נישט די שפראך קאמאנדעווען דא אַרים ככל העולה על רוחם.
- ס'זענען פארהאן ספעציעהלע ווערטערביכער וואס שראהבן ארויס די פאנעטיק. צים ביישפיל העברייאיזמען אין אידיש און דאס ביך האנטבוך פון העברעיזמען. אזוי אויך קענט איהר קיקן יודישע פילמען און קליפּס אדער באפריינדן א יודיש רעדנער פין געבורט.
- יעהדנפאלס, א ליסטע פין אלע לש"ק ווערטער וואס וועהרן דערמאנט אין יודישע ביכער איז אַהנפֿאַך זינלאָז. נייגעריגער (רעדן) 04:52, 6 פעברואר 2017 (UTC)