באַניצער:לאג ראיל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון באַניצער:לאג רעיל)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באניצער קעסטלעך
Train-symbol.gif דער באַניצער ווערט אינטערעסירט אין באַנען
John Locke.jpg דער באַניצער גלייבט אין ליבעראַליזם
No smoking symbol.svg דער באַניצער קעגנשטעלט זיך צו רייכערן פֿון אַלע סאָרטן
ScarletLetter.svg דער באַניצער איז אַן אַטעיסט
Huxley - Mans Place in Nature.jpg דער באַניצער נעמט אויף זיך די ריכטיקייט פֿון עוואָלוציע
Crystal package favourite.png דער באַניצער האָט ליב באַניצער קעסטלעך
באבעל באניצער אינפארמאציע
yi-4 .דער באניצער האט א בקיאות אין יידיש כמעט ווי מאמע-לשון.
he-N משתמש זה דובר עברית כשפת אם.
en-5 This user has professional knowledge of English.

איך בין בעסער באקאנט אלס TheIsraeliSudrian (אזוי צו זאגן: "דער ישראלדיקער סאָדאָרער", נאך דעם אינזל סאָדאָר אין "טאמעס און פריינט"). איך האב ערשטנס באטייליקט אין די העברעאישע וויקיפעדיע, און שפעטער אין ענגליש. אין יוני 2014 האב איך געפינט יידיש אין גוגל טראנסלייט, און געטאן עקספערימענטן מיט גרונטיקע ווערטער און טראנסקריפציעס פון נעמען. אבער, אין דער צייט האב איך געמיינט אז די שפראך איז געווען מאדנע און לעכערלעך, און איך האב זי קוים פארשטייט אדער רעספעקטירט. די דאזיקע קאנטע איז ערשטנס געשאפן געווארן צו "באהאלטן" מיין אידענטיטעט, און דער נאמען "לאג רעיל" איז א פאלשע טראנסקריפציע פון laG roiL, דער אריגינעלער נאמען פון מיין הויפט קאנטע. ווייל איך בין געווען נישט ערנסט, מיינע ערשטע פראבירונגען צו שרייבן דא זענען געווען פאטעטיש.

אבער, זינט 2015 האב איך געלערנט די שפראך מיט א טייל הילף פון אנדערע באניצער (בפרט פוילישער). ווייל מיינע הויפט שפראכן זענען העברעאיש און ענגליש (און א סאך ווערטער זענען אידענטיש אין אנדערע שפראכן), יידיש איז געווען זייער גרינג פאר מיר. איך האב אפילו געשאפן מער ווי 300 ארטיקלען, מוסטערן און קאטעגאריעס, און אויך פארבעסערט א טייל ארטיקלען וואס איך האב נישט געשאפן. אויך האב איך איבערגעזעצט א סאך באניצער קעסטלעך פון די העברעאישע וויקיפעדיע, צוזאמען מיט זייערע קאטעגאריעס. כאטש אז איך בין אינטערעסירט אין יידיש, איך גלייב נישט אין גאט אדער רעליגיע. צוליב דאס, איך שרייב כמעט נאר וועגן וועלטלעכע טעמעס וואס וויקיפעדיע דאַרף אנטהאלטן אין יעדע שפראך (אויב מעגלעך). אלע מיינע ארטיקלען זענען איבערגעזעצט פון ענגליש אדער העברעאיש, בפרט פשוטע ענגליש. איצט בין איך איינער פון די מערסט אַקטיווע באניצער אין די יידישע וויקיפעדיע.

לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]