העברייאיזמען אין אידיש

פֿון װיקיפּעדיע

העברייאיזמען אין אידיש איז א ווערטערבוך וואס פארטייטשט און ערקלערט איבער פיר טויזנט לשון קודשדיגע און אראמישע ווערטער, ציטאטן און באגריפן פון חומש און גמרא וועלכע ווערן ברייט באניצט דורכן המון עם אין יודיש.

אזוי אויך שרייבט ער דעם פאנעטישן אויסלייג אין יודיש, נעבן יעדעס ווארט - וועלכער איז מערסטנס לויטן ליטווישן דיאלעקט אבער ס'איז זייער אינטרעסאנט וויבאלד אסאך ווערטער זענען אנדערש צו דאס וואס מיר זענען געוואוינט צו הערן פון די ליטוואקעס.

אויך איז צו באמערקן אז צו באצייכענען א נאמען און טיטל, ניצט ער דעם לאטיינישן N און T זילבע.

עס איז צאמגעשטעלט און דערקלערט געווארן דורך נ. פּערפערקאוויטש. די צווייטע אויפלאגע איז געווען אין ריגע אין יאהר 1931 און אנטהאלט 300 זייטן. דער הויפט פארקויף איז געווען דורך ביכער פאר אלעמען.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]