באַניצער רעדן:נייגעריגער
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: װיקיפּעדיע:וויאזוי צו רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס
ליבי פאלאק
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פייסבוק און טוויטער האבן מיליאנען מענטשן ביי זיי, צי גייט מען שרייבן אן ארטיקל וועגן יעדן איינעם וואס האט א בלאט דארטן? --פוילישער 12:42, 4 מערץ 2012 (UTC)
- א אידיש רעדנדע פרוי וואס איז א פאבליק-פיגור און א קאמיקער איז א זעלטנהייט און איז ווערט צו פארמאגן א בלאט אינעם אידישן וויקי נייגעריגער (שיחה) 17:29, 4 מערץ 2012 (UTC)
צווילינג (פילם)
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זייט אזוי גוט און לייגט צו אן אינטערוויקי לינק. --פוילישער 23:13, 31 מערץ 2012 (UTC)
בילדער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איר האט ארויפגעלייגט דריי בילדער, אבער איך זע נישט מיט וועמענס רשות. צי זענט איר אליין דער בעל־בית פון די בילדער? אויב אזוי דארפט איר דאס שרייבן אויפן טעקע בלאט. --פוילישער 22:05, 24 מײַ 2012 (UTC)
- אז ס'איז ברייט פובליצירט אויף די אונטערנעט איז נישט גענוג? נייגעריגער (שיחה) 00:51, 25 מײַ 2012 (UTC)
- דאס ווענדט זיך ווער האט זיי פובליצירט. טאמער דער קאפירעכט געהערט עמעצן קען ער מאנען געלט פון א פרעמדן מענטש וואס ניצט זיינע בילדער. אין דעם פאל וועלן די בעלי־בתים פון וויקיפעדיע דארפן אויסצאלו די וואס האבן די קאפירעכט. כדי צו פארמיידן דאס (וואס איז אויך קעגן דעם געזעץ) האט וו"פ א תקנה אז ביי יעדן בילד וואס מען טוט ארויפלאדן זאל מען באווייזן וועלכן רעכט מען האט צו פובליצירן. זעט דא ביי דער ענגליש וויקיפעדיע. כל טוב --פוילישער 08:35, 25 מײַ 2012 (UTC)
טאקילע?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]Tequila שרייבט מען און רעדט מען אויס מיט 'e' נישט 'a'. וואלט מען געדארפט שרייבן אויף יידיש "טעקילע", נישט אזוי? --פוילישער 13:22, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
- נישט אלעמאל איז דער כלל די זעלבע. עס ווענדט זיך ווי מ'זאגט עס ארויס. אלזא, אין מעקסיקאו, פון וואו דער טרינק קומט, רופט מען עס טאַקילאַ. אין די פאראייניגטע שטאטן ענגליש זאגט מען עס אבער ארויס טעקילע, (מער ווי א שוא, נישט ווי א סגול). ממילא איז אפשר טאקע כדאי עס ארויסצושרייבן ווי מ'זאגט עס ארגינעל?. נייגעריגער (רעדן) 20:39, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
- פון וואנעט נעמט איר דאס? אין דער ענגליש־וויקיפעדיע ווערט געברענגט אז אויך אויף שפאניש זאגט מען טעקילע. --פוילישער 23:05, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
- איך האב שוין געהערט שפאנישע עס זאגן אין זייער דיאלעקט. איהר קענט מאכן א זוך אויף יו-טוב. נייגעריגער (רעדן) 23:14, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
- איך בין נאך נישט איבערגעצייגט. אלע וויקיפעדיע שרייבן טעקילע און קיין איינע נישט טאקילע. אלע האבן א טעות? --פוילישער 23:57, 1 דעצעמבער 2014 (UTC)
- איך האב שוין געהערט שפאנישע עס זאגן אין זייער דיאלעקט. איהר קענט מאכן א זוך אויף יו-טוב. נייגעריגער (רעדן) 23:14, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
- פון וואנעט נעמט איר דאס? אין דער ענגליש־וויקיפעדיע ווערט געברענגט אז אויך אויף שפאניש זאגט מען טעקילע. --פוילישער 23:05, 30 נאוועמבער 2014 (UTC)
איך פּערזענליך דערשרעק זיך נישט ווען אנדערע זאגן פארקערט ווי מיר, אבער איהר קענט טוהן ווי אזוי איהר פארשטייט. נייגעריגער (רעדן) 04:51, 2 דעצעמבער 2014 (UTC)
קאמפלעין
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איר דארפט נישט אנטלויפען איר קענט אריינגעבן א קאמפלעין אנקעגען באַניצער:פוילישער Alefbeis (רעדן) 01:06, 7 יאַנואַר 2015 (UTC)
- איך האב נישט קיין צייט דערצו און איך בין כמעט זיכער אז עס וועט נישט קיין סאך אויפטוהן. ער איז שוין דא זייער לאנג און איך זעה אז איך בין נישט דער ערשטער וואס האט טענות אויף איהם. אסאך גוטע שרייבער האט ער שוין פארטריבן פון דא מיט זיין אויפפירונג. נייגעריגער (רעדן) 15:08, 14 יאַנואַר 2015 (UTC)
- מיין אויפפירונג דא איז צו פארבעסערן די וויקיפעדיע. איר האט טענות דערויף? און וועלכע גוטע שרייבער האב איך פארטריבן? קיין איינעם נישט!--פוילישער 18:07, 14 יאַנואַר 2015 (UTC)
- איך פארשטיי אבער נישט פארוואס מען דארף שרייבן אין די אור אלטע אידיש. אז סאיז מיר שוין גרינגער צו ליינען די ענגלישע וויקיפעדיע?--Alefbeis (רעדן) 00:48, 15 יאַנואַר 2015 (UTC)
- מיין אויפפירונג דא איז צו פארבעסערן די וויקיפעדיע. איר האט טענות דערויף? און וועלכע גוטע שרייבער האב איך פארטריבן? קיין איינעם נישט!--פוילישער 18:07, 14 יאַנואַר 2015 (UTC)
איך האלט אז מען דארף שרייבן בערך ווי אזוי מען רעדט. דערפאר נוץ איך מערסטנס דעם אויסלייג פון שלום עליכם, וועלכער איז געווען דער גרעסטער יודישער שרייבער אין די געשיכטע. נייגעריגער (רעדן) 06:32, 15 יאַנואַר 2015 (UTC)
פייערלעשער סאם
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאנק איר זייער פיל. וואו זענען איר באַקאַנט מיט די ווייַזן? לאג רעיל (רעדן) 10:42, 8 פעברואר 2015 (UTC)
- חיפשתי בוויקיפדיה האנגלית והעתקתי משם. נייגעריגער (רעדן) 10:55, 8 פעברואר 2015 (UTC)
- קענען איר צי די זעלבע מיט טאמעס און פריינט און טעלעטאביס? לאג רעיל (רעדן) 11:16, 8 פעברואר 2015 (UTC)
פוילישער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וואס וועט זיין מיט אים--Alefbeis (רעדן) 06:37, 10 פעברואר 2015 (UTC)
- איך ווייס נישט. ער איז א גרויסער עקשן און זייער איינזייטיג, האסט א עצה? נייגעריגער (רעדן) 06:58, 10 פעברואר 2015 (UTC)
- אדרבה איר זענט איינזייטיג. איר האט אויסגעטראכט נייע ווערטער לעהבן שטעהטל אא"וו און יעצט ווילט איר צווינגען אייער דעה אויף אלעמען. זייט אזוי גוט און הערט אויף. --פוילישער 21:51, 11 פעברואר 2015 (UTC)
- מרעדט נישט יעצט וועגן געוויסע ווערטער, מרעדט בעצם פירט איר זיך אויף זייער בעל הבתיש און טוט וואס איר ווילט. איר דארפט זיך רעכענען מיט יעדעם איינעם. ווי אויך האלט איך אז פאר אזא קליינע וויקיפעדיע דארף מען זיך נישט שטעלן אויף יעדע קליינע זאך ווייל עס פארטרייבט מענטשן. (הגם ביי די אנדערע וויקיפעדיעס איז אויך אזוי, אזויווי לאגרעיל איז אנטלאפן פון די העברעישע) דאס איז גוט איף שפעטער ווען מען וויל אלץ זאל האבן א מקור און זיין ריכטיג. ווי אויך לאמיר זאגן אז איר זענטט גערעכט אז מען דארף שרייבן יידיש איז דאן דא אן עפענונג צו עפענען א היימיש-אידיש וויקיפעדיע. ניין?--Alefbeis (רעדן) 23:55, 11 פעברואר 2015 (UTC)
- אדרבה איר זענט איינזייטיג. איר האט אויסגעטראכט נייע ווערטער לעהבן שטעהטל אא"וו און יעצט ווילט איר צווינגען אייער דעה אויף אלעמען. זייט אזוי גוט און הערט אויף. --פוילישער 21:51, 11 פעברואר 2015 (UTC)
- ביטע זאגט גענוי דאס זעלבע זאגט פארן דיקטאטור פוילישער. ער טוהט דא וואס ער וויל אהן זיך רעכענען מיט קיינעם. די אויסלייג וואס איך נוץ איז נאך אזוי אויסגעהאלטן ווי די ייוו"א וואס ער זעלבסט האט געשריבן אז קיינער האט נישט קיין רעכט צו טוישן דעם אנדערן'ס. דא איז נישט דא קיין אפמאך אויף בלויז איין אויסלייג און אז עס געפעלט עהם נישט, מוז ער נישט קוקן אויף מיינע בלעטער.
גלייבט מיר אז איך וויל זייער זיך נישט קריגן, איך וויל נאר האבן די רעכט צו שרייבן מיינע ארטיקלען ווי אזוי איך פיהל פאר ריכטיג. און אויב פארשטייט ער דאס נישט וועל איך מוזן טוישן זיינע ארטיקלען אזוי לאנג ווי ער וועט פארשטיין ווי שטארק דאס באדערט.
(עפענען אן אייגענע וויקיפעדיע גלייב איך נישט וועט האבן הצלחה) נייגעריגער (רעדן) 00:08, 12 פעברואר 2015 (UTC)
- איך האב יעצט געזעהן וואס פוילישער שרייבט אויף דיין באנוצער בלאט (פארוואס נישט אויף די רעדן?) און ער זאגט אליין אז מען שרייבט נישט ווי 100 יאר צוריק. געט ער אליינס פאר אונז גערעכט. אויך די כלל פון וויקיפעדיע איז זיך צו רעכענען מיט די אנערעמס מיינונגען. אונז זעמיר צוויי(אדער מער) קעגן איינס.--Alefbeis (רעדן) 00:18, 12 פעברואר 2015 (UTC)
דאס איז פון די הילף: א סיסאפ האט גארנישט מיט שרייבן אסאך ארטיקלן; נאר מען מוז זיך קענען פארטראגן מיט אנדערע. זייער אסאך מיינען אז וויבאלד מען שרייבט אסאך איז מען א סיסאפ, אבער וויבאלד דאס האט נישט מיט וויסן אדער טאלאנט דאס האט נאר צו היטן וויקיפעדיע, מוז מען קודם פאר אלעם ווייזן אז מען פארטראגט זיך מיט אנדערע. --Alefbeis (רעדן) 00:22, 12 פעברואר 2015 (UTC)
- דער יסוד פונעם פראבלעהם איז לכאורה אז ער איז נישט אויפגעוואקסן מיט די יודישע שפראך, ממילא קוקט ער עס אהן מיט א גאנץ אנדערן בליק ווי אונז. ער האט בכלל נישט ארויס וואס דאס איז. ער מיינט אז ס'איז עפעס אן אקאדעמיש לשון, נישט א לעהבעדיגע שפראך וואס וועהרט גענוצט טאג-טעגליך.
ווען ער זאל ווען כאטש רעספעקטירן אן אנדערעם'ס מיינונג וואלט געוועהן א האלבע צרה.
אויב נעמט איהר שריט קעגן עהם ביי די באהערדע, וועל איך אייך שטיצן. איך גלויב אז מ'קען עהם מאכן אויס מנהל, מ'ברויך נאר האבן צייט און געדולד פאר די ביוראקראטישע פראצעדורן. נייגעריגער (רעדן) 00:28, 12 פעברואר 2015 (UTC)
ס'איז נישט קיין ספק אז פוילישער אביוזט דא זיין מאכט און לויט די רעגולאציעס ברויך מען עהם אראפזעצן פון אמט. איך זעה כסדר אין די ארכיוון ווי מ'באקלאגט זיך שוין קעגן עהם יאהרן לאנג אז ער טוהט וואס ער וויל אהן זיך רעכענען מיט קיינעם, אבער אהן ערפאלג. דערפאר בין איך היפש סקעפטיש אויב איהר וועט מצליח זיין נייגעריגער (רעדן) 05:58, 13 פעברואר 2015 (UTC)
- אויב דו קענסט ביטע שרייב אויך אונטער אויף דזימי וועילס באנוצער בלאט, און אויך דא (קוק אויף דיין באנוצער בלאט דארט איז דא די לינקס)
- א דאנק. איך האב שוין דארט געשריבן עטליכע ווערטער. לאמיר האפן אז עס וועט עפעס אויפטוהן. נייגעריגער (רעדן) 17:45, 13 פעברואר 2015 (UTC)
חולם
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איר טענה'ט אז מען שרייבט א חולם "ו", כאטש די גאנצע וועלט שרייבט חולם "וי", אחוץ ווערטער פון לשון קודש. אפשר ברענגט איר א מקור פאר אזא חידוש? --פוילישער 08:59, 15 פעברואר 2015 (UTC)
- ווי אזוי עס זאל נאר זיין, דעם ענגלישן בוכשטאב O שרייבט מען או נישט סתם קמץ א. ווערטער מיט א וי איז אוי ווי אין אוי וויי, פוילישער געט נישט אויף. נייגעריגער (רעדן) 12:06, 15 פעברואר 2015 (UTC)
- ווער זאגט? פארקערט, o שרייבט מען א. --פוילישער 12:23, 15 פעברואר 2015 (UTC)
איבערזעצונג בעטן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]העלא. ביטע איבערזעצן דעם ארטיקל מארטאל קאמבאט (Mortal Kombat) און די ארטיקלען פון די כאראקטערן ונטער:
- ליו קענג (Liu Kang)
- ריידען (Raiden)
- דזשאני קיידזש (Johnny Cage)
- סאניא בלעיד (Sonya Blade)
- קיינא (Kano)
- סקארפיאן (Scorpion)
- סאב-זערא (Sub-Zero)
- גארא (Goro)
- שענג טסאנג (Shang Tsung)
- רעפטיליע (Reptile)
- דזשעיד (Jade)
- דזשאקס (Jax)
- קיטאנא (Kitana)
- קאנג לאו (Kung Lao)
- מילינא (Mileena)
- סמאק (Smoke)
- נוב סאיבאט (Noob Saibot)
- שאו קאן (Shao Kahn)
לאג רעיל (רעדן) 13:37, 28 פעברואר 2015 (UTC)
אויסלייג
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נישט אזוי ווי דו שרייסט, איינער וואס פאררעכט פאלשן אויסלייג איז נישט קיין וואנדאל. פארקערט, פון וואנעט האסטו אויסגעטראכט די ווערטער ״עהנגליש״, ״טאהג״ און נאך אזעלכע ווערטער? פארוואס קענסטו דו נישט שרייבן יידיש אזוי ווי אנדערע שרייבן? אין וועלכער וויקיפעדיע לאזט מען צו אז יעדער איינער זאל אויסלייגן ווערטער ווי עס שמעקט אים? --פוילישער 22:14, 13 נאוועמבער 2016 (UTC)
- מ'האט שוין באהאנדלט דעי נושא הונדערט מאהל. ס'נישט אויסגעטראכט און נישט פאלש. מעהר מענטשן שרייבן לויט מיין אויסלייג ווי דיין, אבער איך רעספעקטיהר דיינע רעכטן - ביטע רעספעקטיהר אויך מיינע. גיי לעהרן אביסל די היסטאריע פון די שפראך, ס'קיינמאהל נישט געוועהן נאר איין אויסלייג, און ייוו"א רעפרעזענטיהרט נישט מעהרסטע מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן און רעדן יודיש אינעם טאהג-טעהגלעכען לעהבן. אויב וועסטו נישט אויפהערן, וועל איך מוזן טוישן דיינע ארטיקלען דיר צו געהבן שפיהרן ווי אזוי עס פיהלט. נייגעריגער (רעדן) 22:20, 13 נאוועמבער 2016 (UTC)
- קיינער שרייבט נישט ״עהנגליש״ ״טאהג״ און נאך אזעלכע אויסגעטראכטע ווערטער. ס׳איז יא פאלש צו שרייבן אזוי. פון רעדן יידיש (וואס איך רעדט שוין א שאק מיט יארן לענגער פון דיר) לערנט מען נאך נישט וויאזוי צו שרייבן. --פוילישער 23:28, 13 נאוועמבער 2016 (UTC)
- איך שרייב אזוי, און ס'שטימט מיט די כללים פון יודיש, ממילא איז עס נישט פאלש. אזוי ווייניג רעספּעקט האט איהר פאר מיר?
- קיינער שרייבט נישט ״עהנגליש״ ״טאהג״ און נאך אזעלכע אויסגעטראכטע ווערטער. ס׳איז יא פאלש צו שרייבן אזוי. פון רעדן יידיש (וואס איך רעדט שוין א שאק מיט יארן לענגער פון דיר) לערנט מען נאך נישט וויאזוי צו שרייבן. --פוילישער 23:28, 13 נאוועמבער 2016 (UTC)
- איך פארשטיי, איהר זענט נישט געוואוינט דערצו. דעריבער בעהט איך אייך; אפשר נעמט איהר אהן אַן אפענע מיינונג בנוגע דעהם ענין? פסלט עס נישט גלייך אָפּ ווייל עס געפעלט אייך נישט. איך וועל פאהרזעצן צו פארטיידיגן מיינע ארטיקלען, וואס איך האב די פולסטע רעכט צו טוהן לויט די פאהרשריפטן און אָפּמאַכן אין וויקיפעדיע. נייגעריגער (רעדן) 03:19, 14 נאוועמבער 2016 (UTC)
- אט דאס מיין איך. דו שרייבסט אזוי אבער קיין שום אנדערער מענטש אין דער וועלט שרייבט נישט אזוי. אויסלייג איז נישט הפקר. נישט ווייל עס געפעלט מיך נישט, נאר ווייל דו האסט אליין אויסגעטראכט אן אויסלייג וואס די וועלט ניצט נישט. אז עס געפעלט דיר נישט דעם ייוו״א אויסלייג, קענסטו שרייבן מיט ״אלגעמיינער״ אויסלייג, אדער מיטן אויסלייג פון ״דאס אידישע ווארט״. אדער ווילסטו ניצן אן אויסלייג פון אן אנדער צייטונג שטעל דאס פאר אין קאווע שטיבל און דער עולם קען ארומרעדן. אבער נישט סתם אנהייבן א נייעם אויסלייג וואס קיינער ניצט נישט. איר האט נישט קיין רעכט צו שרייבן אן אויסגעטראכטן אויסלייג לויט קיין שום אפמאך נישט. --פוילישער 08:17, 14 נאוועמבער 2016 (UTC)
- זייער ריכטיק, פוילישער. יעדן מאל ווען איך זעט זיין "יידיש" (אדער "יודיש" ווי ער שרייבט), עס קוקט צו מיר ווי אן אָנאָמאַטאָפּיע פון א מענטש וואס אויסדריקלעך 'רעדט' אין זיין שטימע אבער איז זייער שוואך און נאענט צו זיין טויט. דאס, אדער יידיש מיט א רירונג פון אראביש אדער אן אנדערע סעמיטישע שפראך וואס איז נישט העברעאיש. דאצו, עס מאכט מיהר זייער עהנגרי ווען עמצער שרייהבט אזוי. יא, איך האב אט געמאכט 'חוזקן' פון זיין לעכערלעכע "יידיש". לאג ראיל (רעדן)
ביטע ממשיך זיין שרייבן דא
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך וועל אייך פראבירן העלפן, ייש"כ גלייכער (רעדן) 22:03, 6 אויגוסט 2018 (UTC)