פארטאל:נייעס\י"ג תשרי\תשס"ז
מראה
דאנערשטאג י"ג תשרי תשס"ז (אקטאבער 5)
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דעניס העסטערט - רעפובליקאנער ספיקער פון קאנגראס - זאגט אז די דעמאקראטן אטאקירן די רעפובליקאנער דורך געלט פון אידישען ביליאנער זשארזש סאראס. [1]
- אלי וויזעל ווערט געקרוינט אלס קנייט דורך ענגלישע רעגירונג. [2]
- וויליאמסבורג אין שאק: היספאנישער פעדעפייל סעקסואל באלעסטיגט (נישט ערענסט) 2 קליינע חסידישע מיידלעך אנימיטן העלן טאג, אין הארץ פון אידישן געגענט אויף ראס סטריט, אין פארענט פון רוישענדער דושינסקי בית המדרש, אנטלויפט אויף די פריי אין שווארצע עס. יו. ווי., נאכדעם וואס פאטער באמערקט און לויפט אים נאך, די קאר איז צוהאקט דורכן פאטער וואס האט דאס געוואלט אפהאלטן מיט די אייגענע הענט אומסוקסעספול. אינצווישן קומט די גוטע נייעס אז פעדעפייל פון בארא פארק איז געכאפט און אנגעקלאגט. [3]
- קרוין הייטס: נייער חברה שומרים פאטארל קאר צו היטן געגענט פון פילע פארמערטע אנטיסעמיטישע און סתם קרימינאלע אטאקעס. [4]
- קרוין הייטס: דעמאנסטראציע אנטקעגן די פאליציי וואס לאזט צו געוואלדען אין קרוין הייטס מצד די שווארצע קעגן די אידן. [5]
- בני ברק: 2 אינגעלייט געווינען לאטא פון 25 מיליאן דאלער.
- ירושלים: רב אלישב לאזט רופן נייעם ראש ישיבה אין פאנאוויטש, רומערס זענען אז ער איז דערקעגן זיין התמנות. [6]
- חרדישע אינטערנעט וואוקס: משתפ: וועלקאם צו דעם נייעם פרומער ווידיאו האוסטינג אפלאדינג און שערינג וועב סייט געגרינדעט צו קאנקורירען מיט די פרייע יו טוב און גוגל ווידיאו דארטן וועט איר נאר טרעפן צניעות'דיגע ווידיאו קליפ'ס. [7]
- חסידישער מיידל ליידט פון אנארעקסיע נפטר געווארן אין ירושלים סעמינערי. [8]
- וואשינגטאן די. סי.: פראמיניטער איינפלוסרייכע, שול, עדת ישראל, ווי די באקאנטסטע אידישע קאנגרעסלייט, סאנאטורן, לאביאיסטען, און מיניסטארן, - דאווענען באקומט איבעראשענדער נדבה פון די אסטראנאמישער סומע, 5 מיליאן דאלער פון שטילסטער מתפלל א ביזנעס זשורנאליסט וואס האט אוועק געלייגט דאלער אויף דאלער צו קויפן און האלטן סטאקס א גאנץ לעבן. איצט האט ער דאס אלעס אוועקגעשאנקן לעילוי נשמת זיין פארשטארבן ווייב. [9]