פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מערץ 2
מראה
- קריסטליכער גלח אינספירירט פון קאבאליסט ר' דוד בצרי, ארגאניזירט 6 מיליאן גויאישע קינדערלעך, צו דאווענען פאר ארץ ישראל און אידן אין פורים. (זשעי. פאסט)
- מארטין פרץ פארקויפט זיין שעירס אין די ניו רעפובליק מאגאזין פאר ציוניסטישער גויאישע פובלישונג קאנאדע קאמפאני קאןוועסט וואס אונט אויך האלב פון זשערוסאלעם פאסט. (פארווארד)
- אידישע קהילות אין טרויער נאָך מאָרד פון צוויי אידישע קאָלעדזש-סטודענטקעס. (אלגעמיינער)
- אוואו איז יאסעלע שוכמאכער? אין כפר חב”ד. (אלגעמיינער)
- וואַנדאַלן פּרובירן אונטערצינדן אידישן קינדערגאַרטן אין בערלין. (אלגעמיינער)
- אינטערנעט אין הצלת נפשות: אידישע בלאגערס פועלן אויס צעלפאן טורעמעס אין אפסטעיט ניו יארק. (חיים רובין)
- פעדעראלער רעגירונג מבטל סעיל פון סטארעט סיטי פאר ר' דוד ביסטריצער. (ניו יארק פאסט)
- בית דין אין נתניה פסקענט פאר מאן ארויסציווארפן הונט וואס דערשרעקט ווייב. (וויינעט)
- פרינץ טשארלס וויל אסערן מעקדאנעלדס. (הארץ)
- א בליק אינעם לעבן פון מתנחל בעל תשובה וואס איז דערהארגעט געווארן אינמיטן התבודדות אין וואלד נעבן חברון. (ען.אר.זשי.)
- ידיעות אחרונות באריכט: משמרת הצניעות זוכט חרדישע אינגערמאן וואס האט סעקס מיט בית יעקב מיידל, נאכדעם וואס אינטימע בילדער ווערן פארשפרייט אויפן אינטערנעט. ([\http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2159930 בחדרי חרדים])
- ניו יארק טיימס פרויפיילט ר' זכריה אייזענבאך פון וויליאמסבורג אין זיין ארבייט אלס סופר אין די איסט סייד אין מאנהעטן. (ני טיימס)
- פרעסטיזשפולער ניו יארקער מאגאזין פאלט אריין אין פאסטאקע פון ענגלישער וויקיפעדיע סיסאפ, וואס ווערט געקאוואוט אלס פראפעסער נאכאנאנד אין זייערס א לאנגען ארטיקל איבער וויקיפעדיע. שטעלט זיך ארויס אז ער איז גאר א איגענטליכער באנוצער וואס האט געשריבן ליגענט אויף זיין באנוצער בלאט אז ער האט פארשידענע וויסענשאפט אויסצייכענונגען דעגריס. (רעדאר אונליין)
- ר' משה אסמן ארבייט אויס פלאן צוריק צו געבן ספרי תורה פארן זשיטאמער קהילה. דורך שלום צווישן אלע רבנים אין אוקריינע. לויט די רעגירונג הויפט ארכיוויסט איז די מחלוקת געוועהן די הויפט זארג, אז זשודיעקע האנדלער וועלן אויסנוצען די צושפליטערונג פון אידישע קהילות צו גנבענען די דאזיגע גאר ווערדפולע אנטיק ספרים און זיי פארקויפען פאר גרויס געלט ווי אין עבר וואס האט שוין פאסירט אין בארדיטשוב. (בחדרי חרדים)
- אכאמאדיניזשאד אין סודאן: די ציונים זענען די ריכטיגע מאניפאסטאציע פונעם שטן. (הארץ)
- ארץ ישראל: מאניפולירער פארשטעלט זיך ווי אויטיסט, און אויפן טעלעפאון ווי א פרויען פיסיכיאטער וואס לייגט אריין עדס אין צייטונגען פאר נוירסעס צו העלפן, ווערט ארעסטירט פארן רעיפען 19 פרויען. (וויינעט)
- הויפט סיבה פון סטאק מארקעט טראסק מאנטיק, איז צוליב דעם וואס מידיע אוטלעטס האבן מפקיר געווען זייער ארבייט פארן דראזש רעפארט ער זאל מאניפולירן די אינטערנעט דורשטיגע ליינער ווי א דיקטאטור אן קיין קאנקורענט. (עי.בי.סי.)
- מוזיק רעוויאו: שלומי גערטנערס נייע טעיפ האט א יידישען חן מיט אסאך ניגונים אויפן אידישען שפראך. (זשואיש מוזיק)