פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 9
מראה
- ירושלים: אראבישע פאפולאציע וואקסט צוויי מאל אזוי שנעל ווי די אידישע איינוואונער אין שטאט. (עי.עף.פי.)
- ארטאדאקסישער געבורט ראטע וועט ראטעווען אידישע מערהייט אין ארץ ישראל פון די אראבער וואוקס. (וועלט טריביון)
- באדן ביים אריינגאנג צו ירושלים פון בית היתומים פון הרב דיסקין ווערט פארקויפט פאר לוי לבייב צו בויען הונדערטע דירות. (בח"ח)
- יונתן פאלארד שיקט אפ צדקה טשעק פון תפיסה קיין שיכון סקווירא נאכן ליינען אין המודיע איבער נויטבאדערפטיגע משפחות וואס זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ פון פייער. (חדשות אנש)
- דעבאטע אפגעהאלטן אין ניו יארק צו איז גאט אגוטער? קריסטאפער היטשענס: ניין. על שארפטאן: יא. (ניו יארק טיימס)
- די פרעסטיזשפולער צייטונג וואל סטריט זשורנאל ווידמעט פראנט פעיזש צו באהאנדעלן וויאזוי דער חרדישער איטאליענער געבוירןער חב"ד שליח, ר' בערל לאזאר, האט זיך דערהויבן צו ווערן הויפט רב און פירער פון רוסלאנדס אידישע געמיינדע, על אף וואס ער האט נישט געקענט דעם שפראך און קוים געהאט א רוסישען פאספארט, אלעס א דאנק דעם חרדישען ביליאנער ר' לוי לבייב און לאזארס נאכאנאנדיגע חנופה צום קרעמלין אונטער וולאדימער פוטין ערקלערנדיג עס איז נישטא קיין אנטיסעמיטוזם אין רוסלאנד. (וואל סטריט זשורנאל)
- וואשינגטאן די.סי. חב"ד שלוחים באזוכן ווייסן הויז און קאנגרעס. - בילדער. (קרוין הייטס אינפא)
- מוזיעם באשאפן פאר דייטשען וואס האבן באהאלטן אידן בעתן האלאקאוסט. (עי.פי.)
- פרומער אידישער מידיע מאגנאט בעל הבית פון מקור ראשון און נאך צייטונגען אין ארץ ישראל וועט אנהייבן ארויסגעבן ביזנעס וויק מאגאזין אויף עברית שפראך. (פי.אר.ניוזווייער)
- וויצע פרעזידענט דיק טשעיני אין סורפרייז וויזיט אין באגדאד צו מאכן שלום צווישן די קעגןארטיגע פראקציעס וואס פירן די רעגירונג אין איראק. (עי.פי.)
- סייענטיסטן טרעפן און אידענטיפיצירן די זשיןס פון די מענטשען וואס זענען פאראנטווארליך אויף דעפרעסיע גייסטישע קרענק וואס הייסט בייפאולער. (טעלעגראף)
- 6 ארעסטירט אין ניו זשערסי אינמיטן פלאנען טעראר אטאקע אויף מיליטערישע באזע. (ניו יארק טיימס)
- מער און מער רבנים געבן היתר ארויפצוגיין אויפן הר הבית. (הארץ)
- א מאנגל אין אייער פאר קינדער אינגע פארפעלקער ווענן זיך קיין ארץ ישראל. (ניו יארק מאגאזין)
- ישראל כנסת מיטגליד יחימוביץ פון די פרייע עבודה פארטיי, ווארנט הרב לאו נישט צו לויפן פאר דאס נשיאות פון ארץ ישראל, סטראשעט אז עס וועט אויפגעדעקט ווערן קעגן אים נישט איינגענעמע פאקטן פון זיין אומאיידלער אויפירונג אין פריוואטען לעבן.(מעריב)