פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 4
מראה
- אל על וויל זיך נישט אראפבינדן נישט צו מחלל זיין שבת; ר' חיים קאניעווסקי רופט צו בויקאטירן און נישט רייזן מיט זיי. אגודת ישראל חברי הכנסת זענען מוחה און סטראשן אונטערברענגן די רעגירונג קאאליציע אויב אל על ברעכט זיך נישט צו דער תורה. [1]
- אידישע אינטערנעט וועב סייט הייד פארק פרומער פורום פלאטפארמע בחדרי חרדים גייט איבער מאדערנער רענאוואציע מיט פיל נייע טולס און פארבעסערונגען. [2]
- אידישע אינטערנעט נייעס בלאג; וואס איז נייעס גייט אונטער פאר 3 טעג דערווייל, ווען מען גייט צו איר אדרעס קומט ארויף איבער הונט קטענען. [3]
- מאדערען ארטאדאקס אידישער צייטונג זשאואיש פרעס דרוקט אפ בריוו פון געי וואס טענהט אז די קאמיוניטי האט איר בארויבט איר לעבן נישט אנערקענעדיג אז זי איז געבוירן מיט די סארט געשלעכטליכע נייגונג צו דעם זעלבן מין. [4]
- טראדיציאנאלער אידישער נאציאנאל סינידקירטער ראדיא טאלק שוי גאסטגעבער דעניס פרעגער רייסט אראפ ערשטען מוסולמענער דעמאקראטיק [קאנגרעסמאן וואס ווערט איינגעשוואורען מיט א קוראן, אנשטאט די קריסטליכער בייבל, ווערט אראפגעריסן דורך די עי.די.על. פאר ראסיזום. [5]
- מאנסי: טויזענטע איינוואונער פונעם נייעם אידישען געגענט טשעסנאט רידזש פארבלייבן אן עלעקטעריציטעט נאך קאר עקסידענט אויף ראוד וואס פאראורזאכט פייער אויף די שטאנג. [6]
- מאנסי: פראטעסט דורך די יוניאן קעגן דעם געפלאנטען וואל מארט מעגא געשעפט אויף רוט 59 צווישען פעט מארק אין עטריום פלאזא. [7]
- נייער כולל עפענט זיך אין בודאפעסט אונגערן אין אלטען אידישען געטא, מיט בני תורה פון ענגלאנד אויפצולעבן די ארטיקער אידישקייט. [8]
- קאנטרי: נייע טורעמעס אין סאוט פאולסבערג פאר סעלפאוןס בעסער צו כאפן. [9]
- דריי חסידישע סקווירא אידן באטייליגן זיך צו ווערן פייער לעשער וואלענטורען. [10]
- נתיבות: א מלחמה צווישן די 2 באבאס; חכם איפרגן באקאנט אלס די רענטאגען; און באבא ברוך אבוחצירה, דער זון פון באבא סאלי איבער מאכט איבער די שטחים ארום די קבר פון באבא סאלי, ווער עס איז אן אמתדיגער מקובל און מאכט אמתדיגע נסים. [11]
- אינדערצווישען איז דא אן אנדער באבא פון מאראקא וואס די לאקאלער אידישער צייטונג פון לאס אנזשעלעס פרויפיילט. באקאנט זיך מיט דעם מקובל ר' חיים פינטאו וואס וואוט אין לעבט אין פיקא ראבערטסאהן געגענט, אבער זיינע נסים מאכן כוואליעס איבער די גארער אידישער וועלט. [12]
- א אידישער גיבור וואס האט נאך געיאגט די נאצי וואס גהארגעט זיין אייגן מאמען און אים געברענגט מיט נאך פילע אנדערע נאציס צו גערעכטיגקייט איז געשטארבן. [13]