פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 אויגוסט 31
אויסזען

- לעבאנעזער טעלעוויזיע סטאנציע שפילט - קיינמאל בעפאר נישט געזען - ווידעא קליפס פונעם פארלוירענעם מדינת ישראל סאלדאט רון ארד.
- היינט לויפט אפ אולטימאטום פאר איראן אפצושטעלן זייערע נוקלעארע פלענער, איראנער פרעזידענט אכמאדינעדזשאד איז אבער אנטשלאסן נישט נאכצוגעבן, אלץ רעזולטאט גרייטן זיך די וועלט מאכטן ארויפצושטעלן אויף איראן שטרענגע סאנקציעס.
- אידישער ליבעראלער פראפעסאר נארמאן פינקלשטיין שאפט שטורעם מיט זיין נטורי קרתא סטייל אנטי ציוניזם באמערקונג ווי ער אינדענטיפיצירט זיך מיט חיזבאללה.
- אידישע לייפגארד'ס (לעבן שווים היטער) פון דזשאונס ביעטש לאנג איילאנד באקלאגן זיך אויף אנטיסעמיטישע דיסקרימינאציע און ראסיזם.
- חרדישע פרוי אין ירושלים באגייט זעלבסטמארד ל"ע, נאכדעם וואס עס ווערט איר נמאס דאס לעבן פון ווארטן צען יאר אויף א גט.
- פעטש פליען אין בריטאניע'ס הויז פון לארדן: א 78 יעריגער אידישער מיטגלידער כאפט שלעק פון א צווייטן 82 יעריגער פארלאמענט מיטגלידער, נאכ'ן זיך ארום רייסן וועגן דעם ישראל לבנון קריזיס.
- אידישער אקטיוויסט דזשעק ראזען טרעפט זיך מיט'ן פרעזידענט פון פאקיסטאן פערוועז מושאראף, צו ווייזן אז אידן מיט אראבער קענען זיך דורכקומען.
- אידן אין דייטשלאנד באקלאגן זיך קעגן א קאבינעט מיניסטער פון קאנצלער אנגעלא מערקל, לויט דארטיגע אידן, איז היינט דער גייסט אויף דער גאס געשטימט קעגן ישראל און אידן.
- דיעל ישיבה שלאגט אפ באנק פארקלויזשער.
- וויליאמסבורג סאטמאר זאלי עסקן, ר' שלמה זלמן סאנדער נפטר געווארן.
- לאנדאן אידענטום אויפגעטרייסעלט, נאכדעם וואס רייזענדע אויף בוס קוקן זיך צו מיט קאלט בלוטיגקייט אויף אנטיסעמיטשער אטאקע אויף יידיש מיידל.