לדלג לתוכן

פאערבאול

פֿון װיקיפּעדיע

די פאוערבאל לאטעריע שפיל איז די גרעסטע לאטעריע שפיל אין די וועלט מיט די גרעסטע און מערסטע געווינסן וועלכע ווערט געשפילט דורך 28 אמעריקאנער שטעט. די לאטעריע איז א נאן פראפיט ארגאניזאציע וועלכע רופט זיך עם-יו-עס-על און איז געגרינדעט געווארן אין 987' מיט איר ערשטן לאטעריע וועלכע האט זיך גערופן לאטא אמעריקע. די לאטעריע איז שפעטער אויפגעטוישט געווארן צו די פאוערבאל לאטעריע איינמאל מער שטעט האבן אנטייל גענומען דערין.

די מיטגלידער שטעט זענען: אריזאנע, קאליפארניע, קאלאראדא, קאנעטיקוט, וואשינגטאן די-סי, אינדיאנא, איידעהא, אייאווע, קענזעס, קענטאקי, לואיזיאנא, מעין, מינעסאטע, מיזורי, מאנטאנא, נעבראסקע, ניו העמפשיר, ניו מעקסיקא, נארט דעקאטע, ארעגאן, פענסעלוועניע, ראוד איילענד, סאוט קאראליינע, סאוט דעקאטע, טענעסי, ווערמאנט, וויסקאנסין, און וועסט ווירידזשיניע. די פראפיטן פון די לאטעריע שפיל ווערט צעטיילט צו די 28 שטעט לויט זייער גרויס.

די פאוערבאל לאטעריע גרייכט זייער אפט איבער הונדערט מיליאן דאלאר אבער אין דער זעלבער צייט גיבט עס די מערסטע געווינער דורך איר דריי דאלארדיגן געווינס אויב מען האט נאר די פאוערבאל נומער. אין כמעט יעדע שפיל זענען פאראן צווישן 500 און 700 טויזענט געווינערס.

אנדערש ווי רוב לאטעריעס אין וועלכע די צווייטע און דריטע געווינס ווערן אויסגערעכנט פראצענטווייז לויט די הויפט געווינס, האבן די פאוערבאל אינווענטאר איינגעשטעלט א סטאנדארט סיסטעם כדי מערערע מענטשן זאלן קענען געווינען. דער געווינער מוז האבן אלע פינף נומערן און אויך די פאוערבאל נומער. אויב איינער האט נאר די 5 נומערן באקומט ער 100,000$ נישט קיין חילוק ווי גרויס די הויפט געווינס איז. די שאנס צו געווינען די צווייטע פרייז איז איינס אין 2,939,677.32. אויב מען האט 4 נומערן און אויך די פאוערבאל געווינט מען 5000$, אויב מען האט נאר פיר אדער דריי נומערן און די פאוערבאל געווינט מען הונדערט דאלאר, דריי נומערן אדער צוויי און די פאוערבאל געווינט מען זיבן דאלער, איינס און די פאוערבאל איז ווערט פיר דאלער, און די פאוערבאל אליינס איז ווערט גאנצע דריי דאלער. די שאנסן צו געווינען דריי דאלאר איז איינס פון זיבעציג, וואס איז א גרויסע שאנס. אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז פון יעדע זיבעציג מענטשן געווינט כאטש איינער עפעס געלט.