לדלג לתוכן

פאנאמא

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פון פאנאמא
(שפאניש) República de Panamá
פאן פאנאמא
פאן פאנאמא
סימבאָל פאנאמא
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון פאנאמא
אָרט פֿון פאנאמא
קאָנטינענט אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט פאַנאַמאַ־שטאָט
8°58′N 79°32′W / 8.967°N 79.533°W / 8.967; -79.533
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
ריקארדא מארטיניי
גרינדונג דאַטום
3טן נאוועמבער 1903 (פון קאלאמביע)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
75,517 קוואַדראַט ק"מ
118
2.9%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

3,405,813 (מיי 2010)

44.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $44.360 ביליאן
וואַלוטע באלבאא
צײַט זאָנע 5-
אינטערנעט דאָמען pa.
טעלעפֿאָן קאָד 507+

פאנאמא (ענגליש: Panama), אפיציעל די רעפובליק פון פאנאמא (שפּאַניש: República de Panamá), איז דאס דרומסטע לאנד פון צענטראלער אמעריקע און ממילא פון צפון אמעריקע. פלאצירט אויפן איסטמאס צווישן צפון און דרום אמעריקע, פאנאמא האט גרענעצן מיט קאסטא ריקא צו צפון־מערב, קאלאמביע צו דרום־מזרח, דעם קאראאיבישן ים צו צפון און און דעם פאציפישן אקעאן צו דרום. די הויפטשטאט איז פאַנאַמאַ־שטאָט.

די שפאנישע האבן אויסגעפארשט און באזעצט דאס לאנד אינעם 16טן יארהונדערט. אין 1821 האט פאנאמא זיך געשיידט פון שפאניע און זיך פארבינדן אין א פארבאנד מיט קאלאמביע, עקוואדאר און ווענעזועלע, וואס האט געהייסן די רעפובליק פון גראן קאלאמביע. ווען גראן קאלאמביע האט זיך צעטיילט אין 1830, איז פאנאמא געבליבן א טייל פון קאלאמביע. אין 1903 האט פאנאמא ארויסגעטרעטן פון קאלאמביע.

צווישן 1904 און 1914 האבן די אמעריקאנער ארמיי אינזשענירן געבויט דעם פאנאמא קאנאל. אין 1977 האט מען אונטערגעשריבן אן אפמאך צווישן פאנאמא און די פאראייניגטע שטאטן אריבגערצוגעבן דעם קאנאל צו פאנאמא ביזן סוף פונעם יארהונדערט.[1]

  1. CIA – The World Factbook. Cia.gov. דערגרייכט דעם 2010-12-23.