עשרה בטבת
עשׂרה בטבֿת איז א יידישער פאסט-טאג. כּלל ישׂראל פירן זיך אין דעם טאג צו פֿאַסטן פֿון עלות השחר ביז צאת הכּוכבֿים (אַרום 12 שטונדן). עשרה בטבת קען געפאלן זונטיג, דינסטיג, מיטוואך, דאנערשטיג און פרייטיג.
שטאַמונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פֿאַרװאָס פֿאַסט מען? װײַל יאָר ג'קע"ז (־588) האָט נבוכדנאצר דער קעניג פֿון בבֿל באַלאַגערט די שטאָט ירושלים, װי עס שטײט אין: ”וַיְהִי בִשְׁנַת הַתְּשִׁיעִית לְמָלְכוֹ בַּחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי בֶּעָשׂוֹר לַחֹדֶשׁ בָּא נְבֻכַדְנֶאצַּר מֶלֶךְ-בָּבֶל הוּא וְכָל-חֵילוֹ עַל-יְרוּשָׁלִַם וַיִּחַן עָלֶיהָ וַיִּבְנוּ עָלֶיהָ דָּיֵק סָבִיב” ( מלכים ב' (פרק כ"ה)). און אין ירמיה ”ותבוא העיר במצור… ויחזק הרעב בעיר.” ( ירמיה)
שטייט אין זכריה: ”כה אמר יהוה צבאות, צום הרביעי וצום החמישי וצום השביעי וצום העשירי יהיה לבית יהודה לששון ולשמחה, ולמועדים, טובים; והאמת והשלום, אהבו.” (זכריה) און עס ווערט געבריינגט אין תוספתא ”צום העשירי זה עשרה בטבת - יום שבו סמך מלך בבל את ידו על ירושלים” (תוספתא).
הלכות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אזוי ווי שבעה עשר בתמוז און צום גדליה, די אנדערע פאסטטעג אויפן חורבן, איז אסור עשרה בטבת נאר עסן און טרינקען, אנדערש ווי תשעה באב ווען ס'איז נוהג נאך איסורים. עשרה בטבת פאסט מען פון עלות השחר ביז נאכט; אין צפון האלב־קיילעך געפאלט דער תענית אינמיטן ווינטער, במילא איז עס א קורצער תענית. כאטש מען מעג עסן און טרינקען ביז עלות השחר, אבער ווען איינער האט זיך געלייגט שלאפן און ער שטייט אויף פארטאגס, טאר ער שוין נישט עסן, סיידן ווען ער האט געמאכט א תנאי פארן שלאפן. טרינקען מעג מען אבער יא, אויב ער איז געוואוינט צו טרינקען אינדערפרי.
ביים דאווענען זאגט מען סליחות אין שחרית און מען ליינט אין דער תורה ויחל סיי שחרית און סיי מנחה. טייל ערטער זאגט מען אויך אבינו מלכנו.
פרייטיג און שבת
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויטן היינטיגן יידישן קאלענדאר, איז עשרה בטבת דער איינציגער תענית וואס קען געפאלן פרייטיג, א זאך וואס פאסירט נאר אמאל אין עטלעכע יארן. אין אזא פאל, זענען דא דעות צווישן די תנאים[1] און אין ראשונים[2] אז מען זאל אויספאסטן א ביסל פאר שבת, כדי מ'זאל נישט אריינקומען אין שבת אויסגעהונגערט - "שלא יכנס לשבת כשהוא מעונה". אבער הלכה למעשה ווערט געפסקנט אין שולחן ערוך אז מען ענדיגט דעם תענית מיט נאכט.[3] נאך א שמועס איז דא לגבי דעם סדר פון מנחה ווען עשרה בטבת געפאלט פרייטיג; דער מנהג איז אז מען ליינט פרשת "ויחל" אזוי ווי יעדן תענית, אבער קיין תחנון זאגט מען נישט אזוי ווי יעדן פרייטיג פון א גאנץ יאר[4], דעריבער פרייטיג זאגט מען אויך נישט קיין אבינו מלכנו, וואס גייט צוזאמען מיט תחנון אין פאסט טעג.[5]
לויטן היינטיגן קאלענדאר, קען י' טבת קיינמאל נישט געפאלן שבת . טראץ דעם , שרייבט דער אבודרהם אז, אנדערש ווי אלע דרבָנָנדיגע תעניתים, ווען עשרה בטבת וואלט געפאלן שבת, וואלט דער תענית דוחה געווען שבת און נישט אפגעשטופט אויף אן אנדער טאג. דער אבודרהם שרייבט דער מקור פאר דעם איז א פסוק יחזקאל וואו עס שטייט וועגן עשרה בטבת דער לשון "עצם היום הזה",[6] אזוי ווי די תורה שרייבט אויף יום כיפור, וואס איז דוחה שבת.[7] אבער רבי יוסף קארו אין בית יוסף שרייבט אויפן אבודרהם: "לא ידעתי מניין לו זה" "כ'ווייס נישט פון וואנעט ער נעמט דאס".[8]
הײַנט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבנות הראשית לישׂראל האָבן מתקן געװען זאָל זײַן דעם טאָג אױך אַ יום הקדיש הכּללי, אַז די װאָס האָבן פֿאַרלאָרן בײַ די לאַגער קרובי משפּחה, און זײ װײסן נישט גענױ װעלכער טאָג זײַנען זײ אַװעק. זאָלן זײ אין דעם טאָג זאָגן פֿאַר זײ קדיש.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הלכות עשרה בטבת, אויף JDN וועבזייטל, י' טבת תשע"ג (אויף העברעיש)
- ↑ תלמוד בבלי, מסכת עירובין, דף מא, עמוד א
- ↑ עובדיה יוסף, שו"ת יחווה דעת, חלק א, סימן פ
- ↑ הגהת הרמ"א אויף מוסטער:שולחן ערוך; הרב עובדיה יוסף, שו"ת יביע אומר, חלק ו, אורח חיים סימן לא
- ↑ רבי יוסף קארו, בית יוסף, אורח חיים, סימן תקנ
- ↑ ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תקנ, סעיף ב
- ↑ מוסטער:יחזקאל
- ↑ אבודרהם, סדר תפילת התעניות
- ↑ רבי יוסף קארו, בית יוסף, אורח חיים, סימן תקנ
ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב |