עדת יראים וויען
קהל עדת יראים וויען איז אַן אַמעריקאַנער חרדי'שע קהילה צענטרירט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און געגרינדעט דורך יידן פון וויען. די קהילה האָט אויך שולן אין בארא פארק און מאָנסי, ווי אויך חינוך אינסטיטוציעס וואָס אנטהאלטן תלמוד תורה, א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די וויענער קהילה איז פאָרמאל געגרינדעט געוואָרן אין וויליאמסבורג אין תש״א (זונטיק, דעם 25סטן מיי 1941) דורך קלונימוס ריכטער. זי איז באשטאנען פון אַן עולם פון אויבערלענדער און יעקישע יידן וואָס זענען געקומען פון בורגנלאנד, עסטרייך (בפֿרט פון די שבע קהילות), סלאוואקיי און אונגארן (אויבערלאנד) קיין וויען (הויפּטקוואַרטירנדיג זיך אין דער באַרימטער שיפשול) און דערנאָך קיין וויליאמסבורג אונטער דער פירערשאפט פון הרב יונתן שטייף.
זיי האבן אפגעקויפט דעם טעאטער אויף לי עוועניו, און מקדש געווען אלס א בית הכנסת, און געדאווענט נוסח אשכנז.
ר' אשר אנשיל כ"ץ דער איצטיגער רב האט פארוואנדלט די קהילה אין א חסידות, מען דאווענט שוין היינט דארט נוסח ספרד, ווי אויך האט ער געלייגט מזוזות, און ער פירט דארט טיש.
רבנים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די רבנים פון די קהילה ווערן אויפגענומען דורך וואלן.
דער ערשטער רב, רבי יונתן שטייף, איז נפטר געווארן תשי"ח, און איז געווארן איבערגענומען דורך רבי עזריאל יהודה לעבאוויטש (הודהאזער רב). נאך זיין פטירה דעם ערשטן טאג ראש השנה תשנ"ב איז ער איבערגענומען געווארן דורך דער דעם איצטיקן וויענער רב הרב אשר אנשיל כ"ץ.
דיינים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די דיינים זענען ווי פאלגנד:
- ר' יוסף אלי' שטיינער ז"ל אין וויליאמסבורג
- ר' יחזקאל הורוויץ ז"ל אין בארא פארק
- ר' מנחם פישער נ"י אין מאנסי
- ר' הערשל האלפערין נ"י אין בארא פארק
- ר' בנימין ברייער אין ביהמ"ד זכרון יהודה
- ר' יוסף זילבער ביהמ"ד אברכים מאנסי
- ר' יצחק זלמן גיפס ביהמ"ד ברכת אברהם
- ר' שמחה שטראהלי אין וויליאמסבורג