סטויפץ
|
סטויפץ אדער סטויבץ, אויסגערעדט ליטוויש ווי סטייפץ (בעלאַרוסיש: Стоўбцы, סטויפצי, [ˈstowpt͡sɨ]; רוסיש: Столбцы; פּויליש: Stołpce) איז א שטעטל אין מינסקער גובערניע, בעלארוס, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם סטויפצער ראיאן. עס געפינט זיך ביים נעמאן טייך. די באפעלקערונג איז אומגעפער 15,400.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין אנהייב פונעם 16טן יארהונדערט. אין 1582 איז סטויפץ אריין אין דער פארמאגערשאפט פון דער ראדזיוויל פאמיליע. דורכאויס א לאנגער צייט איז סטויפץ געווען א יידיש שטעטל, מיט 2,409 יידישע באוואוינער אין 1897, און 2,014 אין 1931.[2]
צווישן די רבנים פון סטויפץ איז געווען הרב יואל סאראצקין (א ברודער פון הרב זלמן סאראצקין).
ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז די מירער ישיבה געווען אין סטויפץ א קורצע צייט; נאכהער האט די ישיבה זיך געצויגן אין פאלטאווע. אויך אין יענע יארן האט הרב אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש", געוואוינט א שטיק צייט אין סטויפץ.[3][4]
הרב יוסף אליהו הענקין, וואס איז שפעטער געווארן פון די גרעסטע פוסקים אין אמעריקע אין דעם 20סטן יארהונדערט, איז געווען ראש ישיבה אינעם שטעטל.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Фотодесант высадился в Столбцах (אויף רוסיש)
- ↑ "סטויפץ", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
- ↑ דער חזון איש
- ↑ חיים גראדע און דער חזון איש