מרדכי זוסיא טווערסקי
כינוי | טריסקער רבי |
---|---|
טויט | 1936 |
קבורה ארט | הוצאלעס יאס |
זיינע רביס | רבי אברהם טווערסקי (זיין זיידע) |
פאטער | מנחם נחום טווערסקי פון בריסק |
צאצאים | יעקב אריה טווערסקי |
רבי מרדכי זוסיא טווערסקי זצ"ל (ה'תר"ך - כ"ז אדר ה'תרצ"ו), פון האצעליס-יאס.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי זוסיא'לי איז געבוירן אין טריסק, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי פון טריסק-בריסק, א זון פון הרב אברהם טווערסקי "דער טריסקער מגיד", א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון טשערנאבל, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, "דער מאור עינים". און צו זיין מוטער מרת חיה, א טאכטער פון הרב דוד טווערסקי, פון טאלנא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"ז האט רבי מרדכי זוסיא'לי נישט געוואלט פירן קיין רביסטעווע אין זיך געעפנט א סטאלעריי פאבריק.
ווען ס'זענען געקומען יידן פון דעם שטעטל האצעליס, כערסאנער גובערניע, און דערציילט אז זיי זענען ארומגענומען מיט גויים און לעבן שטענדיג אין א שרעק, און זיי בעטן אז ס'זאל קומען א צדיק וואוינען אין זייער שטעטל וואס זיין זכות זאל אויף זיי שיצן. אין תרנ"א האט זיין מוטער געווירקט אויף רבי מרדכי זוסיא'לי ער זאל דארט אריבער גיין וואוינען. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין באהוש, רומעניע, און דערנאך קיין יאס וואו מ'האט אים גערופן "דער רוסישער רבי".
סאיז געדרוקט פון אים דאס הייליגע ספר "נועם מרדכי" (ירושלים תשס"ה) דורך זיין אור אייניקל בן אחר בן הרב יצחק דוד טווערסקי שליט"א.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי זוסיא'לי איז נפטר געווארן כ"ז אדר ה'תרצ"ז, און ליגט אין יאס.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי מרדכי זוסיא'לי האט געהייראט מרת חוה גיטל א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, י"ב אדר ראשון תרל"ח. זייערע קינדער:
- הרב יעקב אריה טווערסקי (ה'תרמ"ד - הושענא רבה ה'תש"ם), פון לאנדאן און בני ברק.
- הרב נחום יצחק טווערסקי פון תל אביב.
- מרת פייגא'לי, די ווייב פון הרב מנחם נחום מרגליות באקאנט אלס "שטעפאנעשטער רבי".
- מרת אלטע חיה שרה ( - כ"ט כסלו ה'תשמ"ה), די ווייב פון הרב ישראל רבינאוויץ ( - כ"ט אלול ה'תש"ל), פון סקאליע. זיי ליגן אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
- מרת דבורה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מרדכי העשל, פון בני ברק. ער ליגט אין זכרון מאיר אין וויזשניצער אוהל. בזיווג שני די ווייב פון הרב משה לאנדמאן פון בני ברק
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (43)