פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 6
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 6)
- ניקאלאס סארקאזי וואס איז פון יידישע אפשטאמען ווערט געוועלט אלס פראנצויזישער פרעזידענט (בי.בי.סי.)
- אידישע וויקיפעדיע ארויס פון פרומע הענט: די ווילן פון דער חרדישער קהילה רוב אידיש רעדער אויסגעפירט, סטוארטס מאכן אלע מנהלים אויס און קרוינען דריי דרויסענדיגע פרייע אידן אנצופירן דא די ווערטשאפט נאך וואלן, זיי פארשטייען אידיש, אבער קענען שווער שרייבן אידיש; באנוצער:דעני דער געוועזענער אנפירער פון אלע וויקיפעדיעס, באנוצער:דרורקעי וואס זיינע עלטערן רעדן אידיש אלס ערשטער שפראך און ער איז אזוי אויפגעצויגן געווארן. און באנוצער:הראל וואס רעדט דייטש און עברית דעריבער קען ער פארשטיין אידיש. (וויקיפעדיע רעזולטאטן)
- יו.עס.עי.: פרומער אידישער קהילה ליעזאן צו פרעזידענט בוש, ר' טויב-ה טרוי, דערהויבן צום אמט אין ווייסן הויז אלס געזונטהייט דעפיוטי סעקראטאר פון אמעריקע. (זשעי.טי.עי.)
- נייער קאנסערוועטיווער אידישער פירער רופט נאכצומאכן די לעבנסשטייגער פון די פרומע ארטאדאקסישע אידן וואס וואונען נאנט און פארקוועטשט איינער נעבן צווייטן אין איין געגענט כדי אזוי ארום צו ראטעוון זייער רעליגיעזע אידישע שטרעמונג פון גענצליכער אונטערגאנג. (זשעי.)
- וויליאמסבורג: שבת ביינאכט פראטעסט קעגן 2 פרומע בחורים וואס טוען סעקסואל מפתה זיין און רודפן לאקאלע חרדישע מיידלעך. (כל העולם כולו)
- איראק: קורדיש מיידל פארשטיינערט צוליב ליבע פאר סוני בחור פון אנדער רעליגיע. (דעילי מעיל)
- חיות אקטיוויסטען ווילן אז דער מאנקי זאל ווערן אנערקענט ווי א מענטש. (עי.פי.)
- אראבקעס פראטעסטירן אין וויען פאר די חרדישע מוסדת החינוך מען זאל צוריק אריינעמען ר' משה אריה פרידמאןס קינדער דארטן לערנען. - בילדער. (כל העולם כולו)
- אסיפה אין בארא פארק אויפקלערן די חרדישע פרויען איבערן פראבלעם פון אינטערנעט. (חדשות אנש)
- אינטערנעט ביי חרדים: דורכברוך אין צדקה פאנד פון חרדישען ווירטואלען שמועס גרופע בחדרי חרדים ווען גרויסע קליידונג קאמפאני איז מנדב פאר אירע מעמבערס אויף א באהאלטן דיסקרעטן אופן. (בח"ח)
- ארבייטער אין ארץ ישראל קאנסולאט אין מאנהעטן ווערט אויפגעזאגט פון זיין זשאב נאכער וואס די ניו יארק פאוסט דעקט אויף אז ער איז א געי וואס ארבייט פארט טיים אלס פארן אקטיאר. (עם.עס.ען.)
- פרומע הסדר ישיבה תלמידים ווערן אויסגעשלאסן פון די עליט קעמפערישע איינהייטן פון צה"ל ווי גולני און נאך, נאכדעם וואס הויפט פרומער גענעראל ערלויבט נישט מער סעגרעגאציע. (וויינעט)