טרויבן-זאפט
טרויבן זאַפֿט איז דער זאַפֿט ארויסגענומען פון וויינטרויבן וואָס איז נישט דורך דעם יערן פּראָצעס, און דעריבער אנטהאלט נישט קיין אַלקאָהאָל ווי אין וויין . דער דאזיקער געטראנק איז אַ נייער פּראָדוקט פון דעם לעצטן יארהונדערט, וואָס די פריערדיקע דורות האבן נישט געוואוסט דערפון ווייל עס איז געווען שווער אפצוהיטן די וויינטרויבן אַ לאַנגע צייט אָן דעם יערן פּראָצעס וואָס שאפט פון די הייוון אַלקאָהאָל, אָדער אָן דעם וואס דער געטראנק ווערט קאַליע ווי אַ רעזולטאַט פון באַקטערישער טעטיקייט אין דעם טרויבן זאפט נאכדעם וואס ס׳איז אויסגעקוועטשט פון די טרויבן. ביז דער דערפינדונג פון פּאַסטעריזאציע אין דער מאָדערער תקופה, איז געווען מעגלעך צו טרינקען וטרויבן זאַפֿט נאר גלייך נאך דעם אראפנעם פון די וויינטרויבן און קוועטשן זיי אין א וויינפרעס.
אין הלכה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ברכה פון טרויבן זאפט איז "בורא פרי הגפן", אנדערש ווי זאפֿטן פון אנדערע פֿרוכטן, וואס זייער ברכה איז " שהכל נהיה בדברו ". עס ווערט דערמאנט אין דער גמרא אז מען קען מאכן קידוש אויף 'יין מִגִתּו' (וויין פון דעם פרעס) וואס מיינט פראקטיש טרויבן־זאפט פריש געפרעסט.[1]
טרויבן־זאַפט וואס איז אדורכגעגאנגען פּאַסטעריזאציע האלטן רוב פוסקים אז עס האט נישט פארלוירן דעם דין פון טרויבן־זאפֿט און מען מאכט נאכאלץ א ברכה ׳הגפן׳ און מען קען אים ניצן אויף קידוש און אויף ארבע כוסות פסח ביינאכט.[3]
היינט ניצן רוב יידן וואָס מאכן קידוש שבת טרויבן זאַפט (פּאַסטעריזירט). אין אן אנקעטע דורכגעפירט אין 2002 האט מען אנטפלעקט אז צוויי דריטל פון דער באפעלקערונג אין ישראל טרינקען וטרויבן זאפט פאר ארבע כוסות ביים סדר,[4] אבער צווישן דעם חרדישן ציבור זענען פיל פארזיכטיג צו טרינקען דווקא וויין פאר די כוסות.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- טרויבן זאַפט: אַן ערזאץ פֿאַר רויטע ווייַן?, אויף דעם news1 וועבזייטל
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ תלמוד בבלי, מסכת בבא בתרא, דף צז, עמוד ב
- ↑ מוסטער:שולחן ערוך
- ↑ וכך נפסק בשולחן ערוך[2]
- ↑
- סקר: 66% מהאוכלוסייה שותים מיץ ענבים בליל הסדר, ביי ynet, 25.03.02 (אויף העברעיש)
אייער ליקער · אראק · ליקער · אוזו · באדווייזער · בלאסע לאגער · ביר · בראנפן · דזשין · וואדקע · וויין · וויסקי · מעד · קאניאק · ראם · שאמפאניע · שליוואוויץ · בערבעין · ברענדי | |