לדלג לתוכן

חיים מאיר יחיאל שפירא (דראהביטש)

פֿון װיקיפּעדיע
חיים מאיר יחיאל שפירא
קיין פריי בילד
געבורט 21 נאוועמבער 1863
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 4 מאי 1924 (אלט 60)
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי חיים מאיר יחיאל שפירא זצ"ל (י' כסלו ה'תרכ"ד - א' ר"ח אייר ה'תרפ"ד), פון דראהביטש, באקאנט אלס רבי חיים מוניא.

רבי חיים מוניא איז געבוירן אין סאדיגורא, צו זיין פאטער הרב אבי עזרא זעליג שפירא פון סטרי, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, פון מאגלניצא, באקאנט אלס "דער שרף", א זון פון הרב אבי עזרא זעליג שפירא, פון גרעניץ, אן איידעם פון קאזשניצער מגיד. און צו זיין מוטער מרת הדסה פייגא ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), א טאכטער פון הרב אברהם יעקב פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון דעם הייליגן רוזשינער.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער י"ט מנחם אב ה'תרמ"ז האט רבי חיים מוני'א נישט געוואלט איבערנעמען זיין פאטער'ס רעביסטעווע, הערשט נאך דעם וואס זיין שווער דער באהושער רבי האט אים באפוילן איז רבי חיים מוני'א אריבער קיין דראהביטש און אנגעהויבן פירן דארט.

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז רבי חיים מוני'א אנטלאפן קיין אונגארן און פון דארט איז ער ענדליך אנגעקומען קיין וויען.

אין יאר ה'תרע"ח האט רבי חיים מוני'א געגרינדעט אין וויען - צוזאמען מיט נאך אנדערע רוזשינער אייניקלעך - די ארגאניזאציע "ישוב ארץ ישראל", אין דעם עפנטליכן אויפרוף (קול קורא) ביים גרינדן פון דער ארגאניזאציע, ווערט ערקלערט זייער ציל, צו זארגן אז ארץ ישראל זאל נישט זיין בלויז אן ארט ווי יידן זאלן אנטלויפן אלס פאלק, נאר ס'זאל אויך זיין אן ארט פאר דער תורה, ווייל ס'איז קלאר אז דער סעקרעט פון עקזיסטענס פון דעם יידישן פאלק איז נאר דער עוויגקייט פון דער תורה.

אין יאר ה'תרפ"ב איז רבי חיים מוני'א אנגעקומען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים, אויף רחוב דוד אין שכונת בוכרים.

רבי חיים מוני'א איז נפטר געווארן א' ר"ח אייר ה'תרפ"ד, און ער ליגט אין הר הזיתים.

זיין רביצין מרת שבע איז נפטר געווארן כ' אדר א' ה'תרצ"ו. און זי ליגט אין הר הזיתים.

רבי חיים מוני'א האט געהייראט מרת שבע א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק שפירא.
    • ד"ר שלום יוסף שפירא, א לערער פון ירושלים.
  • מאיר וונדר, אנציקלופדיה לחכמי גליציה
  • נר ישראל ח"ו בערכו (21)
  • מנחם קמפינסקי, מרוז'ין לציון, מכון הר ברכה, תשע"א