חיים יעקב יוסף ראזענפעלד

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי חיים יעקב יוסף ראזענפעלד זצ"ל[1]( - ה'תש"ג), קשאנאווער רבי אין לעמבערג.


אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים יעקב יוסף איז געבוירן צו זיין פאטער הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער), א זון פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער ערשטער), רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב אברהם אבא הורוויץ, רב אין שענדישאוו, א זון פון הרב יעקב הורוויץ רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים יעקב יוסף האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב נפתלי האלבערשטאם א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. זייערע קינדער:

  • הרב יהושע ראזענפעלד הי"ד, רבי אין לעמבערג. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלום רוקח רב אין ליבוטשויוו.
  • הרב אברהם ראזענפעלד הי"ד, ראש ישיבה אין באבאוו.
  • הרב יחזקאל שרגא ראזענפעלד הי"ד. זיינע טעכטער:
    • מרת טויבא די ווייב פון הרב שלום הורוויץ, בייטשער רבי אין ניו יארק, א זון פון רבי אברהם צבי הירש הורוויץ, דער בייטשער רבי.
    • מרת אסתר רחל די ווייב פון הרב אברהם איידליש, משב"ק פון דעם קלויזנבורגער רב אין ניו יארק.
  • מרת חנה, די ווייב פון הרב נפתלי צבי הירש ראזענפעלד פון ניימארקט, א זון פון הרב חיים אלכסנדר ראזענפעלד, א זון פון איר עלטער-פעטער הרב אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין.
  • מרת ראכיל די ווייב פון הרב צבי טויבער אין ברוקלין. זייער זון:
    • הרב חיים יעקב טויבער, דיין אין באבאווער קהלה אין בארא פארק. ער האט געהייראט מרת נחמה א טאכטער פון הרב שלמה האלבערשטאם (דער צווייטער), דער באבאווער רב.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אוהב שלום
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. חיים יעקב, אוהב שלום חיים יעקב יוסף