לדלג לתוכן

ווארדער קרעסאן

פֿון װיקיפּעדיע
ווארדער קרעסאן

ווארדער קרעסאן (ענגליש: Warder Cresson; פילאדעלפיע 1798 - ירושלים 1860) איז געווען דער ערשטער אמעריקאנער קאנסול אין ארץ ישראל.

ער האט זיך מגייר געווען און גענומען דעם אידישן נאמען מיכאל בועז ישראל בן אברהם. ער איז געבוירען געווארן א קריסט געהערנדיג צו די סעקט פון קוואקער.

אין מאי 1844 איז ער געווארן באשטימט אלס די ערשטע אמעריקאנער קאנסול צו ישראל דורך די דעמאלטסדיגע סעקרעטאר פון שטאַט און דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך די דעמאלטסדיגע פרעזידענט.

ער האט זיך מגייר געווען אין ירושלים מארץ 1848.

אין 1849 האט זיין גויאישע ווייב אים געקלאגט אין געריכט אז ער איז משוגע צוליב דעם וואס ער האט אנגענומען די יידישע רעליגיע, און דערפאר נישט בארעכטיגט צו זיין אייגנטום.

ער איז געבוירן געווארן אין פילאדעלפיע פענסילוועניע אין 1798 צו זיינע עלטערן קוואקערס (א געוויסע קריסטעליכע סעקט), זשאן עליאט קרעסאן און מערי ווארדער. זיי זענען געווען אפשטאמיגע פון וואס האבן זיך באזעצט אין פענסילוועניע אין די 17טע יאר הונדערט.

ער איז געווארן אויפגעצויגן א קוואקער און האט פארהייראט צו עליזעבעט טאונסענד אויך א קוואקער פון וועם ער האט געהאט זעקס קינדער.

נוצנדיג זיין באקאנטשאפט מיט עדווארד זשאוי מאריס דער דעמאלטסדיגער קאנגרעסמאן פאר פענסילוועניע, האט סעקרעטאר פון שטאט זשאן סי קאלהון אים געשטעלט אלס דער ערשטער אמעריקאנער קאנסול פאר דאן פאלעסטינע. פרעזידענט זשאן טיילער האט דאס באשטעטיגט אין 17טן מאי 1844.

פאר ער איז געפארן האט ער געגעבן זיין ווייב א פאוער אוו אטערני אז זי זאל קענען האנדלען מיט זיין געלט.

ממש גלייך נאכדעם ווי ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל 22טן יוני 1844 האט סעקרעטאר קאלהון צוריק געצויגן פון דער באשטימונג אלס אמעריקאנער קאנסול און האט דאס מבטל געווען.

ער איז געבליבן אין ירושלים פאר פיר יאר, דורך די פיר יאר האט ער געזוכט זיך דערנענטערן צו גאט, ער האט געטראפן זיין וועג צו גאט אין מארץ 1848 ווען ער האט זיך מגייר געווען צו אידישקייט און זיך א נאמען געגעבן מיכאל בועז ישראל בן אברהם.

ווארדער קרעסאן אדער ווי ער האט יעצט געהייסן אין אידיש מיכאל בועז ישראל בן אברהם איז צוריקגעקומען קיין אמעריקע צו פארהאנדלען זיין פארמעגן און כדי זיך צוריק צו קערן צו זיין ווייב.

זי האט נישט געוואלט הערן פון אים און האט אים אנגעקלאגט אין געריכט אז ער איז משוגע, און די באווייז דערצו: ער האט זיך מגייר געווען צו זיין א פרומער איד.

די געריכט צי ער איז משוגע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען ער איז צוריקגעקומען קיין אמעריקע האט ער געפלאנט איבערצוצייגן זיין ווייב און קינדער זיך אויך מגייר צו זיין, און האט פארשטאנען אז זיי גייען דאס טאן. זיין ווייב האט דורך די צייט וואס ער איז נישט געווען פארקויפט די פארעםס וואס זיי האבן געהאט און האט דערביי געלייזט אסאך געלט.

ווען זי האט געזעהן אז עס איז נישט דא מיט וועם צו רעדן, און ער האט געזען אז זי וועט זיך קיינמאל נישט מגייר זיין, אויף אזוי ווייט אז זיינע קינדער פלעגן אים טשעפען וועגן דעם, האט מען זיך אנגעפאנגן שלאגן אויף די געלט, און צוליב דעם האט זי אים אנגעקלאגט אין געריכט.

מאי 15 1849 האט עליזעבעט קרעסאן אריינגעגעבן א קלאגע אנטקעגן ווארדער קרעסאן וואס איז געווען (אין אידישע איבערזעצונג): צווישען עליזעבעט טי קרעסאן, פון איין זייט אלס אנקלאגער, און ווארדען קרעסאן פון די אנדערע זייט אלס אנגעקלאגטער, די אויבערדערמאנטע עליזעבעט טי קרעסאן האט אנגעפאנגן די קלאגע אלס טובה פון אים וועם מען רופט גאט דער זון, ווייל זי האט געדארפט אוועקנעמען אדער איר רעטער אדער איר מאן: איך ווארדען קרעסאן האב וועגן דעם געדארפט אוועקנעמן אדער דעם איינציגען גאט אדער מיין ווייב

אין זיין בוך וואס איז ארויסגעגעבן געווארן אין 1852 (KEY OF DAVID) שרייבט ער (אין אידישע איבערזעצונג): זיי האבן דאס געטאן אונטער דער גרעסטע פארבלענדער פון אלע בלינדשאפטן, און דער גרעסטער פארטונקעלער פון אלע טונקעלשאפט, און דאס איז, די בלינדשאפט וואס קען אליין שפראצן פון רעליגיעזע איינגערעדטישקייטן און איינזייטיגע טענות.

א זשורי פון זעקס מענער זענען אויסגעוועלט געווארן, פון זיין בוך: איך בין נאכאנאנד געווארן באשמיצט אנע דעם וואס מען זאל מיך ערלויבן ברענגן אפילו זייער אייגענע בריווען און בריווען פון מיניסטארן, אלס פולע און גאנצע עדותשאפט אז זיי האבן מיר געהאלטן פאר גאר נארמאל.

ער איז געווארן פארמשפט אלס משוגע און זיינע געלט איז געגאנגען אינגאנצן צו זיין ווייב און זוהן.

פאר די קומענדיגע דריי יאר האט מען שווער געארבעט צו ברענגען דאס צו א העכערע געריכט, ענדליך איז דאס נאכאמאל געברענגט געווארן פאר די געריכט אין פילידעלפיע, די ניו יארק טייםס האט דאן געשריבן: די פריינד און פאמיליע פון ווארדער קרעסאן, געוועזענע קאנסול צו ירושלים, בעטן פאר א געשריבענע De Lunatico (צו ער איז נארמאל אדער נישט), אים אויסצושליסן פון זיינע פארמעגן און טיילן פון זיין אייגנטום, צוליב דעם וואס ער איז משוגע ווייל ער האט זיך מגייר געווען.

9 עדות האבן אויפגעטרעטן קעגן קרעסאן אז ער איז משוגע, 73 באוואוסטע און אנגעזעהנע עדות האבן אויפגעטרעטן אז ער איז נארמאל, האט א מאראלישע כאראקטער און ערליכקייט.

זיין אדוואקאט האט דאס געזאגט פארן ריכטער: אויב מר קרעסאן וואלט ווען געווארן אנגעקלאגט אלס משוגע פארן זיך אנשליסן אין סיי וועלכע אנדערע רעליגיעזע געזעלשאפט וואלט מען אויסגעלאכט און ארויסגעשריגן די געריכט פון די גריכט הויז.

די ריכטער האט אנגעזאגט פאר די זשורי אז זיי טארן נישט נעמען אין באטראכט דאס אז ער האט זיך מגייר געווען.

די געריכט האט אנגעהאלטן זעקס טאג, די זשורי פון 12 מענער האט זיך צוריקגעקערט אז ווארדען קרעסאן איז נארמאל. די פילידעלפיע העראלד האט דאס באשריבן: די באשולדיגונג איז געווען א פארזוך צו פארשטיפען די זינען, דורך די גיהנום פון מאכן איינעם אלס א משוגענעם, און אוועקנעמען פון א מאן זיינע ציווילע און רעליגיעזע רעכטען, און באזיגלען די אידישע גלויבן, אבער די זשורי מיט א ערליכע קלארע און פרייע אפענע טראכטן (ווייל זיי זענען אלע געווען קריסטן) וואס רופט פאר לויב, האט מיט דעם געוויזן די ריטיגקייט פון אמעריקאנער רעכטען, און אונזער רעפאבלוקאנער קאנסטיטוציע.


זיין לעבן אין ארץ ישראל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיין עיקר סבה פאר פארן אויף ירושלים איז געווען צוליב זיינע טיפע רעליגיעזע געפילן, ער - ווי אסאך אנדערע אמעריקאנער אין יענער צייט - איז געווען איבערצייגט אז די ענדע פון די טעג איז נאענט, און אז יוזל גייט קומען צום צווייטען מאהל, און אז כדי דאס זאל געשען וועלן דארפן אלע אידען אנקומען קיין ארץ ישראל און דרוך דעם וועט די ענדע פון די טעג אנקומען פאר די קריסטן. קרעסאן האט וועגן דעם געשריבן: גאט מוז וועהלן עפעס א וועג דורך וואס צו אויספירן זיינע צוזאגן אין די עפענטליכע וועלט. די וועג איז די יעצטיגע ארימע, פארפיינטעטע, אויסגעשפיגענע ייד. גאט טוט זיי יעצט נאכאמאל איינזאמלן קיין ירושלים.

ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער אין אנפאנג זיך נאך געהאלטן צו דעם, ער האט אבער מיט דער צייט נישט געקענט פארטראגן דאס אז די מיסיאנערן האבן זיך פארלייגט אויף די ארימע ירושליםער אידען און אויסגענוצט זייער ארימקייט פאר זייער מיסיאן.

אויך האט ער זייער באוואונדערט די איידעלקייט און פרומקייט פון די ירושליםער אידען. דאס אלעס איז געווען א טייל פון וואס האט אים צוגעצויגען צו אידישקייט.

ווען ער איז צוריקגעפארן קיין ארץ ישראל די צווייטע מאל האט ער חתונה געהאט מיט א ספרדישע פרוי רחל מוילענדאנא ער האט געהאט פון איר צוויי קינדער דוד בנציון און אביגיל רות,

ער איז געווען זייער אקטיוו אין אויפבויען אן אגריקולטורער געזעלשאפט אין עמק רפאים, זיינע במיאונגען זענען דורכגעפאלן צוליב ווייניג געלט.

ער איז געשטארבן אין 1860 און איז באערדיגט געווארן אויפן הר הזיתים, זיין מצבה איז חרוב געווארן צוזאמען מיט אנדערע מציבות אויפן הר הזיתים ווען די ירדןער רעגירונג האט געהערשט אויף יענע טייל ירושלים.

עס איז נישט באקאנט אויב עס איז דא אידישע אייניקלעך פון אים