הערשי רובינשטיין
מראה
הערשי רובינשטיין איז א פאטאגראף ביים היימישן ניו יארקער אידנטום, און גרינדער פונעם בילדער מאגאזין "די וואך".
הערשי איז א הייסע פאפא חסיד, א זון פון ר' לייבוש רובינשטיין וועלכע איז פון די גרינדער פון קהילת פאפא אין וויליאמסבורג.
הערשי איז ברייט באקאנט מיט זיינע פילע מעשי חסד און עסקנות פארן היימישן ציבור אין ניו יארק, ווי אויך איינע פון די גרינדער פון חברת שומרים אין בארא פארק.
אויך פארמאגט ער א ספעציעלע פראיעקט צו פאראייביגן די האלאוקאוסט, דורך שמועסן מיט מלחמה איבערלעבער.