געטראנק

פֿון װיקיפּעדיע
טיי

א געטראַנק איז א פליסיגקייט וואס א מענטש שלינגט אראפ, אריין אין זיין קערפער.

פון די וועלט-בארימטסטע געטראנקען זענען וואסער, מילך, קאווע, טיי, וויין, און אנדערע אלקעהאלישע משקאות, ווי ביר, וואדקע, ליקער.

אזוי אויך זענען פארהאן גאר אסאך געשמאקע געטראנקען וועלכע ווערן געמאכט פון זאפט פון פרוכט; א שטייגער ווי דער גאר פאפולערער מאראנצן זאפט, אדער טרויבן זאפט וואס ווערט אסאך באניצט פאר קידוש, אלס אן ערזאץ פאר וויין.

קולטור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חוץ פון איר פשוט'ע פונקציע פון שטילן די נאטורליכע דארשט מיט וואס יעדע מענטש און באשעפעניש איז באשאנקען, טוען געטראנקען שפילן א גרויסע ראלע אין מענטשליכע קולטור, ווען אין יעדע ראיאן און לאנד איז א צווייטע געטראנק גאר פאפולער; למשל אין רוסלאנד טרינקט מען אסאך וואדקע; אין די פאראייניגטע שטאטן טרינקט מען גאר אסאך קאקע קאלע; אין מעקסיקע טרינקט מען אסאך טעקילע; פראנקרייך טרינקט מען אסאך רויטע וויין; און אין ענגלאנד טרינקט מען טיי.