בערני סאנדערס

פֿון װיקיפּעדיע
בערני סאנדערס
Bernie Sanders
געבורט 8 סעפטעמבער 1941 (אלט 82)
ברוקלין, ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.berniesanders.com
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

בערנאַרד (בנימין) "בערני" סאַנדערס (ענגליש: Bernie Sanders; געבוירן דעם 8טן סעפּטעמבער, 1941) איז אַן אַמעריקאַַנער פּאָליטיקער און אַ סענאַטאָר פון ווערמאָנט, אן אינדעפענדענט. ער האט קאַנדידירט צו ווערן דער דעמאקראטישער קאנדידאט פאַר פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן אין די 2016 און 2020 וואַלן.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערנאַרד סאַנדערס איז געבוירן געוואָרן דעם 8טן סעפּטעמבער 1941 אין ברוקלין ניו יאָרק צו אלי (אליהו) און דאָראָטי (דבורה) סאַנדערס. זיין טאַטע איז געווען אַ אידישער אימיגראַנט פון אַ קליין שטעטל סלאָפּניצע אין דרום פּוילן וואָס האָט צוזאַמען מיט זיין ברודער אימיגרירט קיין אַמעריקע אין 1921. זיין מאַמע (געבוירן גלאַסבערג) איז געבוירן געוואָרן אין ניו יאָרק צו אידישע אימיגראַנטן פון פוילן און רוסלאַנד. בערני איז אויפגעוואַקסן אין מידוואוד, ברוקלין: די משפּחה, די עלטערן און צוויי זין, האָט געוואוינט אין אַ דירה אויף 1525 E 26th St. בערני האָט זיך געלערנט אין אַ רעגירונג'ס שולע און נאָכמיטאָגס פלעגט ער באַזוכן אַ אידישע שולע.

סאַנדערסנ'ס עלטערער ברודער לוי (לערי) סאַנדערס, געבוירן אין 1935, וואוינט זינט 1968 אין ענגלאַנד, וואו ער איז שפּעטער געוואָרן אַ פּאָליטיקער און אַן אַקטיוויסט אין דער "גרינער פּאַרטיי". בערני רימט גאָר שטאַרק זיין עלטערן ברודער און זאָגט אַז ער האָט זיך אַ סך געלערנט פון אים און אַ סך פון זיינע אידעעס איז אים צו פאַרדאַנקען.

בערנאַרדס אינטערעס אין פּאָליטיק האָט זיך אָנגעהויבן אַלס ער איז נאָך געווען יונג. לויט זיינע ווערטער, האָט ער פאַרשטאַנען די וויכטיקייט פון פּאָליטיק אין גאָר אַ יונגן עלטער, צוגעבנדיק, אַז "אַן אומבאַקאַנטער מאַן וואָס האָט געהייסן אַדאָלף היטלער ימ״ש האָט געוואונען וואַלן אין 1932. ער האָט געוואונען און 50 מיליאָן נפשות, אַריינגערעכנט 6 מיליאָן אידן, זיינען אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה אַלס אַ פּועל יוצא פון די דאָזיקע וואַלן. דערפון האָב איך מיר באַגריפן, אַלס גאָר אַ קליין קינד, אַז פּאָליטיק איז אין אמת'ן זייער וויכטיג!"

סאַנדערס האָט פרי אָנערקענט די עקאָנאָמישע אומגלייכהייט אין דער געזעלשאַפט פון די פאַראייניגטע שטאַטן . ווי ער האָט אַמאָל געזאָגט אין אַן אינטערוויו מיט דער גאַרדיאַן צייטונג, "איך האָב געזען און געפילט די אומרעכט און אומ׳יושר אין דער אַמעריקאַנישער סיסטעם, וואָס דאָס איז טאַקע געווען די הויפּט־אינספּיראַציע אין מיין פּאָליטישער קאַריערע". סאַנדערס טענהט, אַז איינע פון די וויכטיגסטע השפּעות אויף זיין אייגענער פּאָליטישער שיטה האָט געהאַט דער אַמעריקאַנישער סאָציאַליסטישער פירער יודזשין דעבס. אַן אַנדער פאַקטאָר איז געווען די פינאַנציעלע לאַגע אין דער משפּחה.

בערני האָט שטאַרק ליב געהאַט ספּאָרט און איז געווען שטאַרק אַריינגעצויגן אין דער אַמעריקאַנישער בעיסבאָל קולטור פון די 50ער יאָרן. ער פלעגט נאָכפאָלגן די דעמאלסטיגע "ברוקלין דאָדזשערס". סאַנדערס איז געווען איינער פון די בעסטע שפּילער אין דער קוישבאָל קאָמאַנדע.

אין 1954 האָט סאַנדערס געפּראַוועט זיין בר מצווה.

זיין שול־בילדונג האָט סאַנדערס ממשיך געווען אין דער דזשיימס מעדיסאָן שולע אין ברוקלין און איז שפּעטער געגאַנגען אין ברוקלין קאָלעדזש פאַר איין יאָר. דערנאָך האָט ער שטודירט אין אוניווערסיטעט פון שיקאַגאָ, וואָס ער האָט פאַרענדיקט אַלס באַקאַלאַווער אין פּאָליטישע וויסנשאַפטן. בשעת זיין שטודיאום האָט סאַנדערס זיך אָנגעשלאָסן אין דער יוגנטלעכער סאָציאַליסטישער ליגע און איז געווען אַקטיוו אין "ציווילע רעכט" באַוועגונג. ער איז אויך געווען אַ מיטגליד פון דער Student Nonviolent Coordinating Committee. זייענדיק אין קאָלעדזש האָט סאַנדערס אָנגעפירט און אָרגאַניזירט פּראָטעסטן און איז געוואָרן אַ מיטגליד פון די Young People's Socialist League, ווי אויך איז ער געווען שטאַרק אַריינגעטאָן אין אָרגאַניזירן פּראָטעסטן פאַר דער Congress of Racial Equality וואָס האָט געקעמפט פאַר ציווילע רעכט פון דער שוואַרצער באַפעלקערונג. אין יאַנואַר 1962 האָט סאַנדערס מאָביליזירט און אָנגעפירט אַ פּראָטעסט קעגן סעגרעגאַציע אויפן קאַמפּוס פון שיקאַגער אוניווערסיטעט. אין 1963 האָט ער צווישן אַנדערע אָנטייל גענומען אינעם "מאַרש אויף וואַשינגטאָן פאַר שטעלעס און פרייהייט".

אין 1963 איז סאַנדערס קורץ אַרעסטירט געוואָרן ביי א ראלי וואו ער האט אנטיילגענומען זיך אנצונעמען פאר קריוודעס אקעגן די אפריקאנער-אמעריקאנער, און פאַר זיין קעגנשטעלן זיך בשעת אַרעסט האָט ער באַקומען אַ קנס פון $25.

סאַנדערס מוטער איז נפטר געוואָרן אין יוני 1959 אין עלטער פון נאָר 46 יאָר. סאַנדערס טאַטע איז שפּעטער נפטר געוואָרן אין 4טן אויגוסט 1962, אין עלטער פון 57.

סאַנדערס האָט עטלעכע מאָל זיך אויסגעדריקט, אַז ער איז "שטאָלץ צו זיין אַ איד" הגם ער איז אויפגעוואַקסן אין אַ סעקולערער אידישער שטוב. זיין יעצטיגע ווייב איז אַ קאַטוילישע, בערני האָט אָפט אויסגעדריקט זיין רעספעקט צום היינטיגן פּויפּסט פראַנציסק און געזאָגט אַז "דער פירער פון דער קאַטאָלישער קירכע ברענגט אַרויף גאָר וויכטיגע פראַגן און עס איז שטאַרק נייטיג, אַז מיר זאָלן צוהערן וואָס ער זאָגט".

אין 1964 האָט סאַנדערס גראַדואירט פונעם אוניווערסיטעט פון שיקאַגאָ מיט אַ דיפּלאָם פון ערשטן גראַד אין די פּאָליטישע וויסנשאַפטן. ער האָט חתונה געהאַט מיט דבורה שילינג און געקויפט אַ קליין זומער הויז אין ווערמאָנט. זיי האָבן נישט געהאַט קיין קינדער און זיך גע׳גט נאָך אַכצן חדשים.

די נעקסטע פאר יאר האט בערני פראבירט פארשידענע ארבעט און שטעלעס אריינגערעכנט שרייבער, פיליממאכער, מוזיקאנט, סיי אין ווערמאנט אין סיי אין ניו יארק ווי אויך האט ער פארוויילט אין א קיבוץ אין מדינת ישראל פאר אפאר חדשים.

דערנאך איז בערני ארויסגעגאנגען און גע'דעיט סוזאן מאט מיט וועם ער האט געהאט זיין איינציגסטע ביאלאגישע קינד, זיין זון לוי איז געבוירן געווארן דעם 21סטן מערץ 1969, קורץ דערנאך האבן זיי זיך אפגעטיילט און זיי האבן למעשה קיינמאל נישט חתונה געהאט אינאיינעם.

לוי איז כמעט נישט אריינגעמישט אין פאליטיק און פירט א שטילע לעבן, ער האט גראדואירט פונעם אוניווערסיטעט פון ארעגאן און האט א דיפלאם אין היסטאריע. ער ארבעט אין א פארזיכערונגס פירמע האנדלינג און אנאלייזינג דיסעביליטי קלעימס. לוי האט אויך געארבעט ווי א קאנסולטאנט פאר זיין פאטערס 2006 סענאט קאמפיין. לוי האט געשטיצט פרעזידענט אבאמא ביי די וואלן און ער האט געהאט א 15 מינוטיגע מיטינג מיט אים אין 2012. אבאמא האט אויך געהאלפן בערני'ס קאמפיינען אין 2006 פאר די סענאט זיץ פון ווערמאנט.

אין 1988 האט סאנדערס חתונה מיט זיין איציטיגע ווייב דזשעין אָ'מעאַראַ דריסקאָל Jane O’Meara Driscol) ,65) וואס איז (פונקט ווי ער) אויפגעוואקסן אין ברוקלין, זי קומט פון א קאטוילישער שטוב פון פינף קינדער ווי זי איז געגאנגען אין א קאטוילישער שולע און שפעטער געלערנט אין אפאר קאלעדזשעס, ווי זי האט צום סוף באקומען איר קאלעדזש דיפלאם אין סאציאלער ארבעט פון גאדארד קאלעדזש און אין 1966 האט זי באקומען א דאקטראט פון Union Institute & University. זי איז די געוועזענע פרעזידענטקע פון בורלינגטאן קאלעדזש. בערני האט זיך צום ערשט באקענט געמאכט מיט זיין ווייב אין די נאכט פון זיין ערשטער קאמפיין זיג אלס בירגערמייסטער פון בורלינגטאן אין 1988 און פון דארט און ווייטער זענען זיי געווארן גאר נאנט און זיך זייער גוט פארשטאנען און אויסגעקומען איינער מיטן צווייטען און ביזן היינטיגן טאג איז זי זיין רעכטע האנט און זיין עצה געבערן און באגלייט אים ווי ער גייט נאר און פארט ארום קאמפיינען מיט אים. זי רימט שטארק בערני און זאגט אז ער איז א אויסערגעווענטליכע געטרייע מאן און א גוטע טאטע/זיידע פאר די קינדער/אייניקלעך ווי אויך א גוטע הארץ וואס פירט זיך בפשטות ווי א פשוטע מענטש מיט ענוה און האט נישט ליב ווען מ'רימט אים. בערני העלפט ארויס אסאך אין שטוב און ביז היינטיגן טאג אפילו זייענדיג א סענעטאר פון ווערמאנט מאכט ער אליינס זיין לאנדרי און גראסערי שאפינג פאר זיין שטוב. זי האט מיטגעברענגט דריי קינדער פון איר ערשטע מערידזש און בערני פארעכענט זיי פונקט ווי זיין אייגענע. ער האט זיבן אייניקלעך וואס ער האט זייער ליב און רעדט פון זיי כסדר און ער געט אפ אסאך פון זיין טייערע צייט צו פארברענגען מיט זיי.

בערני האט געקויפט 75 אקער לאנד אין ווערמאנט פאר די נישטיגע סכום פון $2500. ער וואוינט אין א דורכשניט פשוטן הויז אין בורלינגטאן ווערמאנט. ער זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט זיך לכתחילה אוועקגעצויגן פון די שטאט און געקומען וואוינען קיין ווערמאנט איז ווייל ער האט שטארק ליב צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט. און פון אלץ קליין קינד ווען ער איז געגאנגען אין זומער קעמפ אין אפסטעיט ניו יארק האט ער זיך שטארק פארליבט אין די מאונטעינס און אין די דארפיש לייף סטייל און אירע הערליכע נאטור. בערני האט ליעב צו הייקן און שפאצירן אין די וועלדער און ער זאגט אז ער האט געפילט ווי ווערמאנט פאסט אים פּערפעקט פונקט ווי א הענטשקע.

בערני האט געוואונען די וואלן פאר בירגערמייסטער פון בורלינגטאן מיט 10 שטימען דערנאך האט ער געוואונען די זיץ פון ווערמאנט קאנגראסמאן און שפעטער האט ער פארטרעטן ווערמאנט אלס איר סענאטאר אין וואשינגטאן.

פאליטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערני סאנדערס אין 2016

סאנדערס אידענטיפיצירט זיך אלס דעמאקראט, כאטש וואס טייל פון זיינע אידיאלאגיעס זענען פיל מער לינק געשטימט ווי די אנגענומענע מיינונגען אין די דעמאקראטישע פארטיי, זייענדיג א זעלבסט דערקלערטער סאציאליסט. זיינע שטארק ליבעראלע מיינונגען זענען בעיקר אין עקאנאמישע אין סאציאלע אנגעלעגנהייטן, ווי אז די רעגירונג זאל צושטעלן פרייע העלט אינשורענס פאר אלע אמעריקאנער בירגער, א פרייע קאלעדזש סיסטעם פאר יעדן, הייבן די שטייער אויף די רייכע אויף א פרעצידענטלאזע שטאפל און פארמערן מיט א ברייטקייט אלע סאציאל סעקיוריטי צדקה בענעפיטן.

פון דער אנדערער זייט, איז ער אבער אין אנדערע פאליטישע אנגעלעגנהייטן ווי נאציאנאלע זיכערהייט און אויסערן פאליטיק, יא מער רעכט און פאטריאטיש געשטימט, אנעמענדיג די מיינונג אז די רעגירונג דארף אנעמען א שטייפערן כאראקטער. אויך איז ער קעגן די קאנטראווערסיאלע גאן קאנטראל געזעצן.

בערני האט געפירט א גאר שטילע און באשיידענע פאליטישע קאריערע, זייענדיג א צוריקגעצויגענער כאראקטער און פארמאגנדיג ווייניג פריינד. אבער זינט ער האט אנגעהויבן זיין פאליטישן קאמפיין פאר די 2016 פרעזידענטליכע וואלן, איז ער געווארן גאר שטארק פאפולער, בעיקר באליבט ביי די יונגע וויילער. אין אנפאנג האבן זיך באטייליגט ביי זיינע ראליס קוים עטליכע הונדערט מענטשן, אבער ריקנדיג זיך נענטער צו די פאקטישע וואלן, זענען זיינע אויפטריטן געשטיצט געווארן אין די מאסן מיט שווערע טויזנטער באטייליגטע.

בירגערמייסטער פון בורלינגטאן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1988 איז סאנדערס געווארן דער בירגערמייסטער פון בורלינגטאן, ווערמאנט, נאכן געוואונען די וואלן מיט צען שטימען.

ווערמאנט סענאטאר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערני זיצט יעצט אינעם סענאט אין וואשינגטאן. ער איז איינער פון די צוויי סענאטארן פון ווערמאנט.

2016 פרעזידענטליכע וואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערני איז געלאפן פאר דער דעמאקראטישער נאמינאציע אנטקעגן די געוועזענע אויסערן סעקרעטאר הילערי קלינטאן. ער איז געווען באליבט בעיקר ביי די יונגע דעמאקראטן, און זיין אגענדע איז פרייע קאלעדזש א שטייגער ווי עס איז איינגעפירט אין רוב אייראפעישע לענדער און פרייע געזונט פארזיכערונג פאר אלע אמעריקאנער בירגער, ער קאמפיינט אז מען דארף צוברעכן די שטארקייט און איינפלוס וואס די ביליאנערן האבן אויף וואשינגטאן און פאליטיק, און ער וויל אפשאפן סיטיזענ'ס יונייטעד.

אין דעם 9'טן פעברואר 2016 האט בערני געשאפן היסטאריע ווערנדיג דער ערשטער איד צו זיגן אין א פארמעסט אויף דעם העכסטן אמט אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געוואונען די דעמאקראטישע פריימערי וואלן אין ניו העמפשור צו זיין דער קאנדידאט אין די 2016 פרעזידענטליכע וואלן, מיט א גאר שטארקן אויבערהאנט, אנציענדיג איבער 60 פראצענט פון די שטימען, אנטקעגן זיין מאכטפולן קעגנער די געוועזענע סערעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן וועלכע האט באקומען בלויז 38 פראצענט.

אין די ניו העמפשער פריימערי וואלן האט סאנדערס באקומען 60% פון די שטימען און 15 פון די 24 וואלן-באשטימטע דעלעגאטן.

שפעטער, דורכאויס דעם פארמעסט, האט ער געוואונען די נאמינאציע אין נאך פיל שטאטן, אריינגערעכנט זיין היים-שטאט ווערמאנט ווי ער האט אנגעצויגן כמעט ניינציג פראצענט און באקומען אלע דעלעגאטן.

2020 פרעזידענטליכע וואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערני לויפט אצינד נאכאמאל פאר דער דעמאקראטישער נאמינאציע אנטקעגן 23 אנדערע אין שפיץ פון די געוועזענע וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]