אומגלייכהייט

פֿון װיקיפּעדיע

אן אומגלייכונג (ענגליש: inequality) איז א באגריף אין מאטעמאטיק און צייכנט אָן צוויי ווערטן (אין אלגעמיין נומערן) וואס זיינען נישט גלייך.

אומגלייכונגען באצייכנט מען מיט דעם < אדער דעם > סימבאל, ווען דער נומער אין דער שפיץ־זייט באצייכנט דעם קלענערן נומער און דער נומער אין דער אפענער זייט באצייכנט דעם גרעסערן נומער. צום ביישפיל דער אויסדרוק

1 < 3 באדייט אז 3 איז גרעסער פון 1,

און דער אויסדרוק

3 > 1 באדייט אז 1 איז קלענער פון 3.

אויב וויל מען אנצייכענען אז איין זייט איז אדער גלייך אדער קלענער פון צווייטן זייט שרייבט מען דאס אזוי וואס באדייט אז a אין גלייך אדער קלענער ווי b. דאס זעלבע אויב מען וויל אנצייכענען אז איין זייט איז אדער גלייך אדער גרעסער פון צווייטן זייט שרייבט מען דאס אזוי וואס באדייט אז a אין גלייך אדער גרעסער ווי b.

די כללים אויסצולייזן א וואריאבל אין א אומגלייכונג איז מער קאמפליצירט ווי ביי א גלייכונג. ווייל בשעת ווען מען טאפלט ביידע זייטן מיט א מינוס, דארף מען איבערדרייען דעם סימבאל. צום ביישפיל:

דאס וועלן מיר טאפלען מיט 2-
דארף מען איבערדרייען דעם סימבאל