װיקיפּעדיע:וואנדאליזם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Green check.png דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער אידישער וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס און עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגלישער וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעישער וויקיפעדיע) פאליסיס.


וואנדאליזם איז יעדן צוגאב, מעקעכץ, אדער ענדערונג אין דעם תוכן פון וויקיפעדיע וואס איז געמאכט מיט א בייזוויליגע כוונה צו רעדוצירן דעם קוואליטעט פון דעם ענציקלאפעדיע. די מערסטע סארט וואנדאליזם אויף אלגעמיינע וויקיפעדיעס איז דאס טוישן פון עקזיסטירנדע תוכן אויף דברי נבלה, אפמעקן דעם גאנצן בלאט, אדער אריינלייגן שלעכטע וויצן אדער אנדערע נארישקייטן. אויף די אידישע וויקיפעדיע זענען אזעלכע געשעענישן א מינדערהייט, און וואנדאליזם געפינט זיך געווענליך אין אירע שוואכערע פארמען (זעה אונטען די ליסטע פון סארטן וואנדאליזם).

אן ענדערונג וואס איז געמאכט מיט א גוטע כוונה צו פארבעסערן דעם ענציקלאפעדיע, אפילו אויב עס נישט ריכטיג אדער נישט גוט איבערגעטראכט, הייסט דאס נישט וואנדאליזם. ווארשיינליכע בייזוויליגע ענדערונגען, וואס זייער בייזוויליגקייט זעט זיך נישט ארויס בפירוש אן קיין ספק, הייסט אויך נישט קיין וואנדאליזם אויף וויקיפעדיע. ווייל דאס גייט נישט אריין אין כלל פון בכוונה און במזיד. פארשטייט זיך, אז אנדערע באנוצער זענען אויפגעפאדערט צו ווארענען שטענדיק ווען אימער ס'איז דא אזא פארדאכט.

באהאנדלען וואנדאליזם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער אקט פון וואנדאליזם איז א פארלעצונג אין וויקיפעדיע פאליסי, און די וואס פירן דאס דורך מוזן באהאנדלט ווערן ווי עס פאסט.

אויב זעט איר אן אקט פון וואנדאליזם, פארעכט עס און לאזט א ווארענונג אויפ'ן רעדן בלאט פון דעם וואנדאל.

פארשטייט זיך אז אויב עס איז קענטליך אז דאס איז סתם א נארישער ענדערונג פון איינער וואס האט נישט קיין אידילאגישע נייגונג נאר סתם אפצוטאן איז בעסער צוריקדרייען אן קיין שום איבעריג ווארט ווייל די סארטן קינדער ווארטן אויף א רעאקציע און עס איז נישט געצה'ט זיך פארברענגן צייט מיט זיי. ווייל דאס מאכט זיי נאר מער ווילד אז מען מאכט זיך צוטאן פון זייערע געלונגענע שטיקלעך'...

זייט אויפמערקזאם אז אמאל קען זיך מאכן א נייער באניצער וואס קען זיך נישט אויס אזוי גוט אין דעם הלוך ילך פון וויקיפעדיע. באפאלט אים נישט נאר פרובירט אים צו ערקלערן אז דאס וואס ער האט געטון איז נישט ריכטיג.

ווען מען ווארנט, מוז מען זיין זיכער אז מען צייכנט צו א לינק צו די עדיט וואס יענער האט פארלעצט די געזעצן און א לינק צו די געזעצן, און דערמיט דורכגעפירט זיין וואנדאליזם. איר קענט דאס טרעפן אדער אין געשיכטע פון יענער ארטיקל, אדער אין די לעצטע ענדערונגען. אויב האט איר נישט אנגעצייכענט א לינק מיט א קלארע אנגעבליכע ווארט וואס די וואנדאליזם באשטייט האט דער ווארענונג קיין שום האפט און מוז אפגעמעקט ווערן.

ווארענונג מוסטער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאכדעם וואס דו האסט שוין קלאר געשטעלט וועלכע סארט וואנדאליזם דו פארדעכטיגסט אים און אויך קאפירט א לינק צו די ענדערונג וואס דו באשולדיגסט אלס וואנדאליזם זאלסטו שרייבן בלויז {{וואָרענונג}}~~~~ און וועסט זעהן אויטאמאטיש דאס:

Stop hand.svg געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן צו פארבעסערן זי. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין היזק נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע.


  • ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
  • אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
  • אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.

(באארבעט דעם ווארענונג מוסטער)

אויב האלט דער וואנדאל אן מיט זיין וואנדאליזם נאך עטליכע ווארענונגען דעמאלס מעלדט עס איין צו אן אדמיניסטראטור צו בלאקירן דעם וואנדאל.

סארטן וואנדאליזם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

בלויז די פאלגענדע זענען די מערסט טרעפליכע אקטן פון וואנדאליזם, און דאס איז קלאר א גרונט צו ליייגן דעם ווארענונג אויף פארדעכטיגטע באנוצער'ס רעדן בלאט, און קיינער האט נישט קיין רעכט דאס אראפצונעמן ביז מען פארענטפערט זיך און מען ווערט געגעבן רשות דאס אראפנעמען דורך א סיסאפ:

1) מעקן פאר פאליטישע דיפערענצן
אויסמעקן חלקים פון אן ארטיקל וואס זענען געשריבן נייטראל און מיט א מקור ווייל עס שטימט נישט מיט די אייגענע פארטייאישע אינטערעסן. דער אקט פון וואנדאליזם איז דער טרעפליכסטער, און איז אפט שווער צו דערקענען ווייל עס ווערט געקליידעט אלץ האבן אן אנדער מיינונג.
זיך נישט פארמישן מיט מעקן א זאך וואס האט נישט קיין מקור. דאס איז נישט קיין וואנדאליזם, און עס איז געראטן דאס צו פארעכטן, איבערהויפט אויב דאס איז א חשש פון באשמוצונג פון א יחיד. זעה וואס וואנדאליזם איז נישט.
2) ספעם
צולייגן נישט פאסיגע דרויסענדע לינקס אויף זיך אליין צו עדווערטייזן אדער אייגענער באקאנטמאכונג.
3) אפליידיגן
אפמעקן די גאנצע אדער וויכטיגע חלקים פון אן ארטיקל (צומאל דאס טוישן אויף דברי נבלה).
4) נארישע וואנדאליזם
באנוצערס וועלן אמאל אריינשטעלן ווערטלדיגע ארטיקלען וואס זאלן אויסזעהן ווי ערנסטע רייד, אדער אויסטוישן עקזיסטירדע תוכן מיט נארישקייטן וואס קוקן אויס ווי ערנסט.
5) שטילע וואנדאליזם
וואנדאליזם וואס איז שווערער צו דערקענען, ווי צ.ב.ש. טוישן נעמען און דאטומס, אדער אריינלייגן פאלשע אינפארמאציע אויף צו פארנארן בכוונה.
6) בילדער וואנדאליזם
ארויפלייגן אויפרעגנדע בילדער, אריינלייגן פאליטישע לאזונגען, וכדו'.
7) באוועגונג וואנדאליזם
באוועגן אדער רידיירעקטן בלעטער צו אומפאסיגע אדער נארישע נעמען.
8) לינק וואנדאליזם
איבער שרייבן לינקס אז דער טעקסט זאל בלייבן דאס זעלבע אבער דער לינק ווייזט אויף גאר עפעס אנדערש אדער עפעס נאריש (צ.ב.ש. בעלז).
9) סתם אותיות טוישונגען
אויסטוישן חלקים פון דעם תוכן מיט סתם אותיות אדער צולייגן סתם אותיות (ווי צ.ב.ש. "שדגכחלךףשדגכגחלףשחלגףכ").
10) פארטוישן קאמענטארן
פארענדערן קאמענטארן פון אנדערע באנוצערס. אן אויסנאם איז צוצולייגן אז עס פעלט א חתימה ("חתימה פעלט פון באניצער").
11) רעדן בלאט וואנדאליזם
מעקן קאמענטארן אדער חלקים פון א רעדן בלאט. אראפצונעמען נעגאטיווע אינפארמאציע אדער פערזענליכע אטאקעס ווערט אין אלגעמיין פארעכנט אלץ לעגיטים. אויך איז ערלויבט צו ארכיוון דעם אייגענעם רעדן בלאט ווען עס ווערט גאר לאנג, אחוץ פון ווארענונגען, וועלכע מען איז אין אלגעמיין פערבאטן אראפצונעמען, ספעציעל אויב מען טוט עס אויף צו פארנארן אנדערע.
12) גילוי
אופדעקן יענעם'ס פריוואטע אידענטיעט איז די ערגסטע סארט וואנדאליזם, נישט קיין חילוק פאר וואסארא סיבה.

וואס וואנדאליזם איז נישט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויף די פאלגענדע סארטן וואנדאליזם זאל מען נישט לייגן א ווארענונג מוסטער נאר פרובירן רעדן שיין, אבער יענער באנוצער מעג זיך דאס אראפמעקן פון זיין רעדן בלאט, ווייל עס איז נישט וואנדאליזם, וויבאלד עס פעלט די ריכטיגער בייזוויליגער כוונה דירעקט צו שטערן וויקיפעדיע.

נייע באניצער פרואווונג
נייע באנוצער ווילן אמאל וויסן אויב זיי קענען טאקע ענדערן, און שרייבן עפעס אריין כדי אויסצופרואוון. דאס הייסט נישט קיין וואנדאליזם, און די באנוצער זאלן ווערן ווארעם באגריסט און אנווייזן אויפ'ן זאמד קאסטן ווי זיי קענען פרואוון אן שטער.
נייטראלהייט פארלעצונגען
דער פרינציפ פון נייטראל איז אפטמאל נישט גרינג צו פארשטיין, און אפילו לאנג-יעריגע באנוצער קענען אמאל זיך פארזעהן און לייגן עפעס אומנייטראל. כאטש עס איז צו באדויערן, איז עס נישט קיין וואנדאליזם.
דרייסטע ענדערונגען
וויקיפעדיער וועלן אמאל מאכן ברייטע ענדערונגען צו פארבעסערן ארטיקלען -- דאס רוב פון אונז צילן צו זיין דרייסט אין אונזערע ענדערונגען. כאטש עס קען שטארק שטערן אויב גרויסע חלקים וואס איר האט געשריבן ווערן אויסגעמעקט הייסט דאס נישט קיין וואנדאליזם.
טעותים
א באנוצער וועט אמאל אריינלייגן נישט ריכטיגע אינפארמאציע אין אן ארטיקל מיינענדיג אז עס איז ריכטיג. זיי טוען דאס מיט'ן פארזוך זיך צו באטייליגן און פארבעסערן דעם ענציקלאפעדיע. אויב האלט איר אז עס איז עפעס נישט ריכטיג מאכט זיכער צו טוישן און רעדט עס דורך מיט'ן ערשטען שרייבער אויף דעם ארטיקל'ס אדער דער באנוצער'ס רעדן בלאט.
עקשנות
אמאל זענען דא באנוצערס וואס קענען זיך נישט פארגלייכן מיט אנדערע וואס זענען וויליג עס דורכצורעדן און האלטן אין איין ענדערן כאטש אלע אנדערע זענען דערגעגן. עס איז צו באדויערן -- אבער עס איז נישט קיין וואנדאליזם. עס איז ראטזאם צו באזוכן די מחלוקת פארלייזונג בלאט אויף הילף אין דעם ענין.
פערזענליכע אטאקעס און אלימות
עס איז דא א קלארע פאליסי אויף וויקיפעדיע אנטקעגן פערזענליכע אטאקעס אדער באשמוצונגען. דאס איז אבער נישט קיין וואנדאליזם אויסער אויב עס ווערט געשריבן אן קיין שום שייכות צום ארטיקל.
מעקן אינפארמאציע וואס פארלעצט וויקיפעדיע פאליסיס
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז צו מעקן חלקים פון אן ארטיקל וואס שטימט נישט מיט די אפיציעלע אנווייזונגען איז נישט נאר נישט קיין וואנדאליזם נאר געראטן. אויסטערלישע פאקטן אדער פארלוימדונגען וואס האבן נישט קיין מקור איז גאר ראטזאם צו מעקן אן קיין פראגן. אויב ווערט איר באשולדיגט אין וואנדאליזם, ווענדט אייך צו אן אדמיניסטראטור פאר הילף.

מאטיווען פון א וואנדאל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. סתם אזוי אין די וועלט אריין אנצופילן זייער פרייער צייט.
  2. צוציען צו זיך אויפמערקזאמקייט (אטענשען).
  3. זיך נוקם זיין אין זייערע שונאים וואס האבן געוואנען א מחלוקת מיט זיי לגבי די אויסשטעל אדער תוכן פון דעם ארטיקל.
  4. צו פירן א פערזענעליכע קאמף מיט איינעם און אים באשמוצען און שאדן טאן דורך עפעס שרייבן אינפארמאציע אינעם וויקיפידיע.


ווען אימער עס איז פארהאן פרייהייט, איז דא וואנדאלן, דאס מיינט נאך נישט אז פרייהייט איז נישט גוט, נאר מען דארף אויסראטן וואנדאלן.

אויב חזרט זיך איבער עטליכע מאל דאן איז וויכטיג איר זאלט אים דאס אנמערקן אין דעם רעדן בלאט. אפט מאל וויל איינער נישט מער ווי א ביסל אטענשאן און ער מיינט נישט קיין שלעכטס. אזוי ווי ער זעהט אז מ'זעהט האט ער דאך שוין זיינס. אויך פארבלייבט דאס אין די געשיכטע פון זיין רעדן בלאט אז מ'האט אים שוין איינמאל געווארענט, און דאס איז בייהילפיג צו האלטן א רעקארד פון זיינע אקטיוויטעטן.

פאַרוואָס זאָל מען שרייבן אויב יעדער וואַנדאַל קען דאָס באַלד אויסמעקן?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. מ'קען דאס זייער גרינג צוריקדרייען. און דער וואנדאל ווערט בלאקירט דורך די מנהלים.
  2. אלע געמעקטע ווערסיעס ווערן אפגעהיט אין דעם געשיכטע זייט. ממילא איז אייער שווערע ארבייט נישט געגאנגען לטמיון, ווייל יעדער ליינער קען דאס מיט קוועטש פון א באטאן צוריק שטעלן, אויב די ווערסיע איז אין זיינע אויגן בעסער געפאלען.

ווי אזוי זיך באגיין מיט א וואנדאל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויף א פאל ווען דער וואנדאליסט האלט אין איין וואנדאליזירן אן אן אויפער, קענען זיך די וויקיפעדן וואס זענען פארבינדען אי א מלחמה מיט אים איגנארירן אים וועט ער זיך אפשטילן און אפקילן. געדענקט ברעכן דעם וויקיפעדיע:3 מאל צוריקדריי אין מעת לעת פאליסי איז שטרענג פארבאטן כדי צו פארמיידן עדיט מלחמה.

און אויב מען ווערט נאכאלסט נישט פטור פון אים דארף מען אים אויסבלאקירן לויט די פארשריפטן פון וויקיפעדיע אויסבלאקירן פאליסי.

הילף אינהאַלט



פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן