וויקיפעדיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לאגא פון וויקיפעדיע.

װ‫יקיפּעדיע איז אַ פֿילשפּראַכיקער פּראָיעקט (לעת עתה:250 שפּראַכן) צו שאַפֿן אַ גענױע און פֿולשטענדיקע ענציקלאָפּעדיע. איר נאָמען איז אַ צוזאַמען שטעלונג פֿון צװײ װערטער: וויקי און "פּעדיע".

עס ‫קומט אין אָפֿענעם פֿרײַען פֿאָרמאַט, געבױט אױף אַ ספּעציעלער פּראָגראַם מיטן נאָמען וויקי (מײנענדיק שנעל און געשװינד אױף האַװײַיִש), װאָס מאַכט די ענציקלאָפּעדיע װי אַ רשות הרבים װאָס יעדער אײנער קען זיך באַטײליקן, ענדערן, רעדאַקטירן, רעאַגירן, מעקן, און אַלײנס אָפּשרײַבן כל מיני אַרטיקלען.

די וויקיפעדיע פראיעקט האט אנגעהויבן מיט דער ענגלישער וויקיפעדיע 15 יאנואר 2001. נאכהער זענען געקומען די וויקיפעדיעס אויף אסאך אנדערע שפראכן.

אום 12 יולי 2007 זענען געווען אין דער ענציקלאפעדיע 7.83 מיליאן ארטיקלען אין אלע שפראכן געשאפֿן דורך 8.04 מיליאן באניצערס[1] כולל בערך צוויי מיליאן ארטיקלען אין ענגליש.[2] צוזאמען אנטהאלטן די וויקיפעדיעס 1.40 מיליאן פֿרייע יבלכ בילדער.

גרינדער און פירער פון וויקיפעדיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער גרינדער און פרעזידענט איז איינער אין סאן פראנסיסקא זשימי וועילס, דאס איז קודם צושטאנד געקומען דורך א קאמפאני וואס איז געווען אן ענציקלאפידיע, אבער נאכן איינזעהן אז דער אידיאל איז א פאטענציאל פון אומגעהוירע סוקסעס, האבן זיי דאס געמוזט אויפגעבן און מאכן פאר א נחלת הכלל א רשות הרבים וואס יעדער איינער איז אייניג בעל הבית, און עס באלאנגט נישט פאר קיינעם. די ענגלישע אפטיילונג איז געווען די ערשטע וויקיפעדיע שפראך, עס האט זיך געפענט יאנואר 2001

הילף אינהאַלט



היסטאריע: פון ביזנעס צו נאן-פּראַפיט ארגאניזאציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

היינט צוטאג איז דאס פובליק און איז נישט קיין רכוש פרטי, עס האט אינגאנצן דריי באצאלטע ארבעטערס. דעריבער טראגט דאס א דאמיין אדרעסע, וויקיפידיע דאט. ארג —אנשטאט דאט. קאם — ווייל עס איז א ארגאניזאציע און נישט קיין ביזנעס. דאס אז סאיז נישט קיין ביזנעס פארענטפערט פארוואס וויקיפעדיע אטראקט אזויפיל באנוצער, ווייל דער נדבן פון אינפארמאציע ווייסט אז קיינער ווערט נישט רייך אויף זיין חשבון.

די גרינדער ווילן נישט אויסשליסן אז זיי גייען קיינמאל נישט אנעמען קיין עדווערטייזמענטס, ווייל צו ראנען אזויפיל סערווערס קאסט הון תועפות, דערווייל מאכן זיי די פארלאנגטע פאר הונדערט טויזענט דאלער פון נדבות, און זיי ווייסן אז דער רגע וואס זייי וועלן דאס אנהייבן מאכן א ביזנעס ווי גוגעל, וועלן די מיליאנען באנוצער פארלאנגן זייער אייניגער טייל און וועלן נישט ווייטער ארבייטן אויב איינער וועט מאכן געלט אויף זייער רוקען.

דאס באזארגט אבער נישט די מיליאנען וואלונטירן וואס שרייבן אין דער וויקיפעדיע ווייל דער רגע וואס "זשימי" מאכט דאס פאר א ביזנעס קען מען געבן א קאפי דאס גאנצער דאטעבאזע צו אנדערער דאמיין, ווייל בשעתן שרייבן ערקלערט מען אז די אינפארמאציע איז מופקר פאר יעדן און קיינער קען נישט פֿאדערן בעלות אויף גארנישט פון וויקיפעדיע.

‫װער זענען מיר? ‬[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פֿאַרשידענע סארטן און טיפן מענטשן נעמען אָנטײל אין בױען דעם װיקיפּעדיע, שרײַבער, בעלי מחלוקת, טײַפּיסטן, מנובלים, אינטערנעט שװימער, לײדיקגײער, אַרבעטסלאָזע, פֿרומע קנאָיִם, משוגעים, אָפֿיקורסים, אײנזײַטיקע פֿאַנאַטיקער, אױפֿגעקלערטע פֿילאָזאָפֿן, פּאָליטיקאָנטן, ביזנעסלײַט, אינטערדרוקטע, חסידים, קולטיסטן, צעבראָכענע, אידיִאָלאָגיסטן, לערער, נײגעריגע, און אַזױ װײַטער. אַלעס איז דאָ פֿאַראײניקט.

‫אַלע האָבן לכתחילה אַרײַן געבלאָנדזשעט אַהער נישט צו בױען אַ "ענציקלאָפּעדיע", ־ קײנער איז דאָך נישט משוגע צו אױסװײלן אַזאַ שװערן באָרינג זשאָב פֿאַר בחנם, ־ נאָר מיר האָבן פּשוט געװאָלט מיטטײלן מיט אַנדערע איבער זאַכן װאָס מיר שפּירן זיך נאַנט און ענטוזיאַסטיש, דערנאָך האָבן מיר געלײענט װאָס אַנדערע שרײַבן און מיר האָבן דאָס פּאַראַכטן ־ און איצט זען מיר זיך דאָ פֿאַראײניקט אין אַן אחריותדיקע מיסיע, געפֿיל און אױפֿגאַבע, װאָס מיר טײלן זיך מיטן כלל צו לערנען און פֿאָרצײלן מיט אַנדערע װאָס מיר װײסן און גלײבן און אָבסעסירן.

דאס איז ווי א בשותפות'דיגע ראלע אין טרייב קראפט, די פרומע טראכטן דערביי לאמיך לערנען מיט אנדער אידן תורה ביז ומלאה הארץ דעה את ה', און די פרייע טראכטן לאמיך לערנען מיט אנדערע דעם אמת: יעדער איינער מיינט טאקע זיין גאט, און פארקויפט זיין אייגענארטיגער וועג אין עבדות ה', אבער אויפן וועג ליינט מען וועגן אייער גאט אויכט און דער זעלבסט-אבסעסיע קראנקייט, וואס האט אונז אהער געטריבן איבער פארציילן און זיך קאכן נאר אין אייין טרעק שמאלע אגענדע ריכטונג, ווערט אויסגעהיילט, און אונזער אינטערעסע האט זיך פארברייטערט און פארגרעסערט, מער און מער וואקסט דער וויקיפעדיע באזע, מיט א פאטענציאל אומבאגרייפבאר.

זייער פאפולער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער גרעסטער אינטערנעט זוך מאשין גוגל לייגט רוב מאל די רעזולטאטן פון ווערטער קודם די ווייקיפעדיע ארטיקלן פון דעם ווארט, ווייל די וועג וואיזוי גוגול ארבייט, זיי לינקן לויט די סדר פון בלאט ראנק ווער סהאט די מערסטע לינקס צו אים איז אויבן אן. און וויבאלד וויקיפעדיע לינקט דאס מערסטע צו זייערע בלעטער ווערט עס אנערקענט אלס זייער פאפולער און גוגל לייגט דאס פון די ערשטע ליין'ס. [פֿעלט אַ מקור]

דורכשניטלעך האט זי אין אן אלגעמיינער טאג ציילן אירע באזוכער ארום 912,000.

אויך איז דאס ציענד, ווייל עס געט יעדן א געלגענהייט צו זיין א שפילער אין די אינפארמאציע אנדערשט ווי א נארמאלער אנציקלאפידיע וואס איז נאר א איין וועג קאמיוניקאציע פון ליינען, איז דאס די געלעגנהייט פארן ליינער צו אויסבעסערן און מעקן און עדיטן וואס ער האלט אז עס איז נישט גוט אדער קען זיין בעסער.

פרייהייט איז דער גרונט און סטרוקטור[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער יסוד פון וויקיפעידע, איז אז מיר זענען א פרייע פלאץ, קיינער קען נישט מעקן אן אנדערן אן קיין צופרידענשטעלנדער אויפקלער און הסבר, און דאס וואס איינער איז א דירעקטאר, אנטוויקילער אדער העכער, מיינט נאר צו האלטן די סיסטעם טעכניש אין סדר, און נישט אז זיין מיינוג האט מער האפט און ווערט לגבי די טעמעס.

אויב איינער האלט אז דער אנדערער האט געשריבן צו עקסטרעמיסטיש בעסערט מען דאס אויס, און דער אנדערע קען נאכעדעם צוריקומען און צוריק פארבעסערן לויט זיין שכל, קיינער קען נישט זאגן אז יענער איז עקסטרעם, - און מעקן אן קיין ספעציפישער הסבר ווי און וואס ער איז נישט גערעכט, אין רעדן בלאט פון ארטיקל אדער באנוצער. דאס איז דער גאנצער געדאנק פון וויקיפעדיע אין קאנטראסט פון ענציקלאפעדיע.

דאס דער איינציגסטער און הויפט מעלה וואס וויקיפידיע האט איז אז זי איז פריי, אויב איז דא דיקטאטארשאפט איז דאס אן אנציקליפידיע, און אויב מ'באמערקט דיקטאטורשאפט פון א באנוצער אדער דירעקטאר, דארף מען קענען ענגליש און בארכיטען די פארברעך צו העכערע אנפירערס אין וויקיפידיע, זיי וועלן יענעם אומשעדליך מאכן, און העלפן בויען און אטראקטן נאך שרייבער און ליינער וואס וועלן איינזעהן אז סאיז זייער א זאך און זיי זענען פולע און גלייכע שותפים צו דעם פראיעקט און זייער מוה פלאג הארוואניע און צייט גייט נישט לטמיון.

מיר מאכן וואלן אויף יעדן איינציגן חילוקי דעות וואס ווערט געבוירן.

וויאזוי מיר היטן אויף די נייטראלקייט פון יעדן ארטיקל? זעהט: נייטראלקייט

איז וויקיפעדיע באגלייבט? זעט: באגלייבטקייט און קראנטשאפט פון וויקיפעדיע

וויאזוי ווערט מען א סיסאפ? זעה: אדמיניסטראציע

פאַרוואָס זאָל מען שרייבן אויב יעדער וואַנדאַל קען דאָס באַלד אויסמעקן?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. מ'קען דאס זייער גרינג צוריק שטעלן. יעדער איינער קען מיט איין קוועטש דאס צוריקדרייען
  2. דער וואנדאל ווערט בלאקירט דורך די מנהלים אין איין סעקונדע.
  3. אלע געמעקטע ווערסיעס ווערן אפגעהיט אין דער היסטאריע זייט. ממילא איז קיינעמ'ס ארבעט קיינמאל נישט געגאנגען לטמיון.
  4. מ'קען נישט מעקן אן א צופרידנשטעלנדע אויפקלערונג. אויב איינער מעקט אן קיין אויפקלערונג איז ער אטאמאטיק א וואנדאל, און נאכן ווארענען צוויי דריי מאל ווערט ער בלאקירט אויף שטענדיק.
  5. די אויסמעקן איז אבער דער הויפט מעלה פון וויקיפעדיע. ווייל אויב איך וואַרף מיינע דעות פאַרן המון קען דאָס נישט ווערן ערגער נאָר בעסער, ווייל איך איינער אַליינס בין מער איינזייטיג און אומוויסענד ווי דער רוב פון הונדערטע מענטשען ביינאַזאַם וואָס רעדן זיך דורך. מען דאַרף זיין זייער אַ גרויסע בעל גאווה זיך צו פאַפּן און זאָגן אַז מען פאַרשטייט בעסער פון א מערהייט.

דער אמת איז, אַז ס'וועט אייביג זיין יחידים מיט שמאָלע אַגענדעס וואָס וועלן מעקן גוטע זאַכן און שרייבן פאַלשע אינפאָרמאַציע. אָבער דאָס מערהייט מענטשען וואָס קומען זיך צוזאַמען אויף איין פּלאַץ זיך דורכרעדן, ווערן זייערע פּערזענליכע דיפערענצן פאַרמינערט און פאַרלוירן, קעגן דעם מעכטיגען רוב פון זייערע שותפות'דיגע גוטע אמת'ע דעות און אינפאָרמאַציע. קומט אויס אַז סוף טאָג וועט דער אמת און יושר זיגן.

דער כוח פון וויקי; עס פאראייניגט פארשידנארטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וויקי איז אַ קאָמפּיוטער פּראָגראַם געווידמעט ספּעציעל צו ערייכען דעם ציל, עס געבט די כוח פון רוב דעות אויסצומעקן און פארעכטן די טעות'דיגע פאלטשע פּערזענליכע איינזייטיגע אינפאָרמאַציע וואָס פארדרייען דעם אמת. ווייל דער בעסטער מיטל צו וויסן וואס איז פאלטש איז דער כוח הרבים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען איז מלבן די סוגיא.

אַלע תיקונים און רעאַקציעס פון יעדער ענין קען יעדער איינער ליינען און אָפּמאכן אויב עס איז באַרעכטיגט, אויב באַשליס איך אָדער אַוֹ אנדערער ליינער אַז דאס איז בטעות געטוישט געווארן קען מען דאס צוריק פארעכטן. אויב דאס ווערט א לאנגער קאמף אַהין און צוריק איז דא ספּעציעלע פּאָליציי מיט מער כוח פון דעם המון, אויב האט איר טענות אז דער פּאליציי מאן האט געמעקט שלא ביושר איז דא מיליאנען ראנגען העכער אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח, געווענליך ווי לענגער מ'שרייבט ווערט מען א גרעסערער ראנג אינעם היראַכיע, וואס מאכן אַפּ וואַס איז יושר.

די וויקי פּראָגרעם ווערט היינט צוטאָגס זייער אויפגעכאַפּט, מער און מער, אסיפות מיטונגען פון ביזנעס און פאליטיק און אנדערע צילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" פרעזענטאציע אויף א גרויסן סקרין וואס אלע לעפּטאַפּס פון די באטייליגטע זענען צוגעבינדען און דער עולם ארבייט אויף די זיץ פלעצער זעהנדיג יעדן'ס עדיטס, מ'מעקט, פארעכט, און מ'רעדט, ביז עס ווערן אויסגעפארעמט פאראייניגטע רעזולוציעס, אגענדעס און שלוסן פון די מיטונגען.

כח הרבים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

"וויקיפּידיע" האט מיליאַנען וואַלענטורען פון די גאָרער וועלט וואָס געבן זיך אַפּ צו טענה'נען און מלבן זיין מיליאנען סוגיות טעגליך. דערווייל ארבייט עס מורה'ידיג, ווייל סאיז מענטשען פון אלע מינע געזעלשאפטן און מדינות, יעדער איינער ווויסט עפּעעס אנדערשט וואס דער אנדערע ווייסט נישט. מיר זענען אלע מיד און קראנק פון אויסהערן אַפּאר יחידים וואס זאגן אונז וואס מיר מעגן גלייבן און וואס נישט, פון היינט מאל אן זענען מיר די וואס האבן א מיינונג און מיר העלפן אנדערע צו קענען גלייבן און אנעמען וואס מיר האבן צו פארקויפן דורך געבן זיי א כוח צו פארעכטן אונזער מיינונג, און מיר האבן א כוח זיי צו פארעכטן.

בעסטער סיסטעם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איז דאס פּראָבלעמען ריין? אַבסאַלוט נישט! אָבער אזוי ווי "דעמאָקראַטיע": דאָס איז דערווייל די בעסטע סיסטעם פאַר אינפאָרמאַציע ביז אהער זינט די באַשעפעניש פון היסטאַריע.


זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. מעטא-וויקי, רשימה פֿון וויקיפעדיעס,
  2. ענגלישע וויקיפעדיע, סטאטיסטיק

פראיעקטן פון וויקימעדיע פונדאציע

וויקיביכער • וויקיקאמאנס • וויקיווערטערבוך • וויקינייעס • וויקיפעדיע • מעדיעוויקי • וויקיביבליאטעק        Wikimedia.png