ענציקלאפעדיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
300px-Brockhaus Lexikon.jpg

ענציקלאָפּעדיע איז אַ פילפאכיגער איינזאַמלונג פֿון אינפארמאציע אויף אלע הינזיכטען פון װיסנשאַפֿט מיט גאנצע ארטיקלן אױף אַלע טעמעס וואס איז נאר פארהאנען.

דער טערמין[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שטאמט פון א גריכיש ווארט, "ענציקלא: אינפארמאציע - פּעדיע: ארומנעמענדיג" כאטשיג די מושג פון איינזאמעלונגן פון אינפארמאציע איז שוין אלט טויזענטע יארן איז אבער דער טערמין "ענציקלאפעדיע" ערשט אריין אין קראפט און 1541.

איר ערפינדונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דעם דאָזיגן ווערסיע פֿון אײַנזאַמלען לױטן אַלפֿאַבעטישן סדר פֿון די הױפּט־װערטער די ארטיקלען וועלכע ווידמען אלע-ערלײ צענטראַלע באַגריפֿן, דערשײַנונגען און װי אױך מענטשן, ערטער, געשעענישן אאז"וו, האָבן אין דעם 18טן יאָרהונדערט אױסגעטראַכט די פֿראַנצויזישע פֿילאָזאָפֿן, שרײַבער און װיסנשאַפֿטלער װעלכע מען רופֿט טאַקע "די ענציקלאָפּעדיסטן" מיט דידראָ אין הויפּט. דער דאָזיגער סיסטעם פֿון צונױפֿזאַמלען די סאַמע בעסטע וויסנשאפטן, קענטעניסן און באגרייפונגען פֿון יעדן גענעראציע איז געװאָרן גאָר שטאַרק פֿאַרשפּרײט איבער דער ציװיליזירטער װעלט, זינט דער סאַמע ערשטער פֿראַנצויזישער ענציקלאָפּעדיע האָט דער "ענציקלאָפּעדישער" זשאַנער זעלבסט דורכגעמאַכט פֿאַרשידענע גילגולים אין די װײַטערדיקע פּעריאדן װי אױך בײַ פֿאַרשידענע פֿעלקער און קולטור־קרייזן.

ייִדישע ענציקלאָפּעדיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערשטע ייִדישע גאַנצע ענציקלאָפּעדיע, איז די נעץ־ענציקלאָפּעדיע, די יידישע וויקיפעדיע, װעלכע איז אַ פֿרײַע ענציקלאּפּעדיע, און װערט רעדאַקטירט זינט סוף 2004.

וועבלינקן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]