געזעץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אַ געזעץ איז אַן אָפיציעלער פירונג וואָס ווערט בעשטימט דורך אַן אַלגעמיינע מענטשליכע פאַרשטאַנד ווי אַזוי מען דאַרף זיך פירן.

עס איז געבויט אויף פרינציפען.

עס זענען דא געזעצן וואס קהילות און קאמפאניס מאכן זיך אליין'ס געזעצן אויף זייערע געזעלשאפטן הייסט דאס דאן נישט בלויז געזעצן נאר מער דירעקט פאליסיס.

עס זײַנען דאָ געזעצן וואָס ווערן געצווּנגען דורך דעם געריכט פון דער מדינה, און עס זיַינען דאָ געזעצן, וואָס יעדער פאַרשטייט פון זיך אַליין אַז מען דאַרף זיי פאָלגן וואס דאס הייסט "סאציאלער אפמאך".[פֿעלט אַ מקור]

געזעצן פון א מדינה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

יעדע לאנד האט באזונדערע געזעצן, וואס זענען מחייב אלע איינוואוינער אן אויסנאם.

רוב לענדער האבן דעם אנגענומענעם קאמען לאו קאדעקס.[פֿעלט אַ מקור] די "חוקי המדינה" זענען נישט דירעקט אין קאנטראסט מיט די אידישע געזעצן "חוקי התורה".

ווען אידישע סוחרים ווילן באשוצן זייערע רעכטן, ניצן זיי צומאל אויך דעם צוואנג פון דער רעגירונג צו פארסירן זייערע קאפירעכט געזעצן.

געזעצען זענען רעגולאציעס וועלכע ווערן געשריבן און דערנאך באשטעטיגט דורך דעם לעגיסלאטיוון צווייגעל פון דער רעגירונג, וואס אנבאלאנגט דאס לאנד און אלע איר אייוואוינער.

יעדעס לאנד גיט ארויס געזעצן ווען זי זעט פאר נויטיג, צי איז דאס געזען איבער זיכערהייט, ווי טראפיק פארקער, אדער איבער געווער.

די געזעצן ווערן אין אלגעמיין פארסירט דורך די פאליציי, וועמענס אויפגאבע איז צו כאפן די פארלעצער פונעם געזעץ, און זיי ברענגען פאר יוסטיץ.

אידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לויט אידישקייט איז די תורה די געזעצען פון די וועלט, ד.ה. די ערשטע געזעצן זינט וואס גאט האט אראפגעשטעלט אויף די וועלט, פונעם ערשטן טאג: זענען די שבע מצוות בני נח.

צווישן זיי זענען די באקאנטע דריי הארבע עבירות שלוש עבירות נישט הרג'ן שפיכת דמים, נישט דינען עבודה זרה און נישט עובר זיין אויף גילוי עריות.

אויף אלע טעיפס אדער סידי'ס, צום ביישפיל, זעט מען דעם געדרוקטן איסור פון נאכמאכן פארבאטן הן עפ"י חוקי התורה, והן עפ"י חוקי המדינה.

די תורה איז צעטיילט אין דריי סארטן געזעצן:

  1. ספר הברית (שמות) - ציוויליזיצישע געזעצן וואס האט צו טאן מיט בין אדם לחבירו.
  2. ספר כוהנים (ויקרא און ספר במדבר) - פארטוט זיך מיט רעליגיע געזעצן ארום דער בית המקדש און מקריב זיין קרבנות.
  3. משנה תורה (דברים - איבערגעחזר'טע חוקים פון די אנדערע ספרים, און אויך געזעצן איבער מלחמות, מלכים און נביאים, דינען גאט נאר איין מקדש און נישט און צעשפרייטע מזבחות.

לויט די תנכישע פארשער זיינען די דריי ענינים געשריבן געווארן דורך אנדערע מענטשן אין אנדערע צייטן. און לויט די רעליגיע איז אלס געשריבן געווארן דורך משה רבינו.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]